רעפֿאָרם־ייִדן ווילן פּלוראַליזם אין ישׂראל

Reform Seeks Pluralism in Israel

נתניהו באַגריסט דעם עולם אויף דער רעפֿאָרם־קאָנפֿערענץ, בעת דער פּרעזידענט פֿונעם „פֿאַרבאַנד פֿון רעפֿאָרם־יודאַיִזם‟, ראַבינער ריק דזשייקאָבס, שטייט בײַ דער טריבונע
‏COURTESY OF URJ
נתניהו באַגריסט דעם עולם אויף דער רעפֿאָרם־קאָנפֿערענץ, בעת דער פּרעזידענט פֿונעם „פֿאַרבאַנד פֿון רעפֿאָרם־יודאַיִזם‟, ראַבינער ריק דזשייקאָבס, שטייט בײַ דער טריבונע

פֿון דפֿנה לאַסקין (Forward)

Published December 20, 2013, issue of January 17, 2014.

דעם 15טן דעצעמבער, האָט דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, גערעדט בעת דער גרויסער קאָנפֿערענץ פֿון רעפֿאָרם־ייִדן אין סאַן־דיעגאָ, אויף אַ גרויסן טעלעוויזיע־עקראַן.

בערך 5,000 ייִדן האָבן זיך באַטייליקט אין דער דאָזיקער. אַ סך פֿון זיי האָבן אַפּלאָדירט, ווען נתניהו האָט באַטאָנט, אַז ער האָפֿט צו לייזן דעם קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער דורכן שאַפֿן צוויי באַזונדערע מלוכות. דערנאָך, האָט דער פּרעמיער־מיניסטער אָנגעהויבן רעדן וועגן דעם רעליגיעזן פּלוראַליזם.

אין זײַן רעדע, האָט נתניהו געזאָגט, אַז דער כּותל־המערבֿי „געהערט צו אַלע ייִדן‟, נישט בלויז צו די אָרטאָדאָקסן. בעת דער קאָנפֿערענץ, האָט מען זעלטן דעמאָנט דעם קאָנפֿליקט אויפֿן מיטל־מיזרח אָדער די ענינים פֿון דער נאַציאָנאַלער זיכערהייט, אַחוץ דער רעדע פֿונעם ישׂראלדיקן פּרעמיער. די עיקר־טעמע איז געווען דער רעליגיעזער פּלוראַליזם. דוד סאַפּערשטיין, דער דירעקטאָר פֿונעם רעפֿאָרמער אַקציע־צענטער אין וואַשינגטאָן, האָט געזאָגט דעם Forward, אַז דאָס איז אַן אַקטועלער ענין, וואָס ציט צו דעם אויפֿמערק פֿון אַ סך מענטשן, וועלכע אינטערעסירן זיך ווייניק מיט די פֿאַרהאַנדלונגען צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער, אָבער זאָרגן זיך וועגן דער פֿרײַהייט פֿון נישט־אָרטאָדאָקסישע ייִדישע באַוועגונגען.

סאַפּערשטיין האָפֿט צו פֿאַרשפּרייטן די רעפֿאָרמער פּראָגראַמען אין ישׂראל. בײַם אָנהייב פֿון דער קאָנפֿערענץ האָט מען געלויבט די טעטיקייט פֿונעם מאָדערן־אָרטאָדאָקסישן רבֿ דוד האַרטמאַן, דער גרינדער פֿונעם „שלום האַרטמאַן אינסטיטוט‟ אין ירושלים, וועלכער שטיצט דעם דיאַלאָג און פֿרײַנטלעכע באַציִונגען צווישן פֿאַרשיידענע ייִדישע דענאָמינאַציעס.

עקיבֿא טאָר, וועלכער פֿירט אָן מיטן „ביוראָ פֿון ייִדישע ענינים אין דער וועלט און וועלט־רעליגיעס‟ בײַם ישׂראלדיקן אויסערן־מיניסטעריום, האָט געזאָגט דעם Forward, אַז אַ סך יונגע רעפֿאָרם־ייִדן אינטערעסירן זיך מיט ישׂראל ווי אַ לאַנד, לאַוו־דווקא אין שײַכות מיט די זיכערהייט־פּראָבלעמען. דוד סיגעל, דער ישׂראלדיקער קאָנסול אין לאָס־אַנדזשעלעס, וועלכער האָט זיך באַטייליקט אין דער קאָנפֿערענץ בעת דער סעסיע פֿון די אַמעריקאַנער רעפֿאָרם־ציוניסטן, האָט אויך באַמערקט, אַז ווייניק מענטשן וואָלטן זיך אינטערעסירט מיט ישׂראל, אויב זיי וואָלטן געהערט בלויז וועגן דעם „קריזיס‟ און זיכערהייט־פּראָבלעמען.