עס זײַנען שוין אַדורך אַ פּאָר חדשים זינט דעם טאָג, ווען דער ישׂראלדיקער פֿינאַנץ-מיניסטער יאיר לפּיד האָט, בעת זײַן נסיעה קיין אונגאַרן, אַ זאָג געטאָן, אַז ער „האָט ניט קיין געדולד‟ צו רעדן וועגן די ישׂראלים, וואָס באַזעצן זיך אין בערלין. אין דער דײַטשישער הויפּט-שטאָט וווינען הײַנט בערך 20 טויזנט ישׂראלים, און עפּעס אַ צאָל ישׂראלדיקע בירגער זײַנען אײַנוווינער פֿון אַנדערע דײַטשישע שטעט. דערצו האָבן אַריבער 100 טויזנט ישׂראלים דײַטשישע פּעסער. דאָס רופֿט אַרויס פֿאַרדראָס צי אַפֿילו שטאַרקערע געפֿילן בײַ די, וואָס האַלטן זיך נאָך אַלץ בײַ דער טראַדיציאָנעלער מיינונג, אַז ס’איז פּשוט ניט שיין צו טראָגן אין דער קעשענע אַ וועלכן עס זאָל ניט זײַן (בפֿרט אַ דײַטשישן!) ניט-ישׂראלדיקן פּאַס.
אין דער אמתן, גייט אַזאַ באַציִונג אַרויס פֿון דער מאָדע. הונדערטער טויזנטער ישׂראלים האָבן פּעסער פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, רוסלאַנד און אַנדערע לענדער. אייניקע האָבן דירות אָדער הײַזער אין ביידע לענדער. ס’איז געווען אַ צײַט, אין די 1990ער יאָרן, ווען אין דער ריזיקער כוואַליע פֿון סאָוועטישער און נאָך-סאָוועטישער עמיגראַציע זײַנען קיין ישׂראל געקומען ניט ווייניק לײַט, וועלכע האָבן געהאַט געשעפֿטן אין רוסלאַנד, אָבער האָבן מורא געהאַט צו וווינען דאָרטן. שפּעטער, ווען דער מצבֿ אין רוסלאַנד איז געוואָרן רויִקער, זײַנען אַ סך פֿון זיי געקומען צוריק קיין מאָסקווע צי אַנדערע רוסישע שטעט, אָבער די „דרכּונים‟ זייערע האָבן זיי ניט אַרויסגעוואָרפֿן — זיי זײַנען ניצלעך בײַם אַרומפֿאָרן און בכלל, מאַלע וואָס ס‘קען זיך מאַכן. אַ קאָלעגע מײַנער האָט מיר דערציילט, ווי איר זיידע, אַ געוועזענער קאָמינטערן-אַגענט, האָט זי געלערנט, אַז קיין איבעריקער פּאַס שטערט ניט צו האָבן. זי האָט דרײַ.
אַ גאַנצן טאַראַראַם האָט אין דעם ענין פֿון פּעסער געבראַכט די פֿאַרברייטערונג פֿון דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ יאָרצענדליק צוריק. בינו-לבינו, האָבן די לענדער פֿון דער פֿאַרברייטערטער אייראָפּע אָנגענומען געזעצן, וועלכע האָבן גרינגער געמאַכט דעם פּראָצעס פֿון באַקומען אָדער ווידער אויפֿשטעלן די בירגערשאַפֿט. ווי אַ פּועל-יוצא, האָבן געוועזענע בירגער, צי קינדער ווי אויך קינדסקינדער פֿון בירגער פֿון פּוילן, רומעניע, טשעכיע, אונגאַרן, גריכנלאַנד און אַפֿילו שפּאַניע באַקומען אַ מעגלעכקייט צו קריגן פּעסער פֿון אָט די לענדער. דערבײַ האָט אַזאַ פּאַס געמאַכט דעם מענטש גלײַך אַ בירגער פֿון גאַנץ אייראָפּע.
דער געדאַנק אַליין, אַז טויזנטער ישׂראלים וועלן זיך אָנכאַפּן פֿאַר אָט דער מעגלעכקייט און זיך אַריבערפּעקלען קיין אייראָפּע, האָט אַרויסגערופֿן אַ ציטער סײַ אין דעם ישׂראלדיקן עסטאַבלישמענט, סײַ צווישן אייניקע אייראָפּעיִשע, בפֿרט אונגאַרישע, אַנטיסעמיטן. אין דער אמתן, איז אַזאַ סצענאַר ניט מקוים געוואָרן. בסך-הכּל, וווינען מחוץ-לאָרץ ווייניקער פֿון 300 טויזנט נפֿשות. אַזאַ אָפּשאַצונג האָב איך געפֿונען. בערך 70 פּראָצענט פֿון זיי וווינען דווקא ניט אין אייראָפּע, נאָר אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
אַ סבֿרא, אַז דעם זעלביקן מיניסטער יאיר לפּיד איז גרינגער באַרעכטיקן דעם פֿאַקט, וואָס ייִדן קלײַבן אויס די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אין אַ שמועס מיט טשאַרלי ראָוז אויף דער אַמעריקאַנער עפֿנטלעכער טעלעוויזיע, האָט ער געזאָגט, אַז צו זײַן אַ ייִד אין ניו-יאָרק איז ניט אַזוי געפֿערלעך, ווי צו זײַן אַ ייִד אין ישׂראל. און ער האָט צוגעגעבן, אַז ער אַליין וווינט אין ישׂראל, ווײַל ער „וויל לעבן אין אַ לאַנד, וואָס איז ניט בלויז אַן אָרט, אָבער אויך אַן אידעע‟.
דער מיניסטער איז, בלי-ספֿק, ניט דער איינציקער, וואָס האַלט אַזוי. ניט לאַנג צוריק האָב איך גערעדט מיט אַ יונגן ישׂראלדיקן אַקאַדעמיקער, וואָס איז געקומען אויף אַ יאָר קיין ניו-יאָרק, ווײַל ער האָט געוווּנען אַ סטיפּענדיע בײַ אַן אוניווערסיטעט; אָבער ער וויל ניט זוכן קיין שטענדיקע אַרבעט אין אַמעריקע, ווײַל, ווי ער האָט מיר געזאָגט, איז פֿאַר אים און פֿאַר זײַן ווײַב אידעאָלאָגיש וויכטיק צו בלײַבן אין ישׂראל. מיר איז אויסגעקומען צו הערן ענלעכע ווערטער פֿון אַנדערע יונגע ישׂראלים, כאָטש אידעאָלאָגיש אַנטוישטע קען איך אויך.
ישׂראלים הערן ניט אויף צו אַפּליקירן אויף צו קריגן אייראָפּעיִשע פּעסער. אָבער דאָס הייסט לחלוטין ניט, אַז זיי אַלע טוען עס, כּדי וואָס גיכער פֿאַרלאָזן ישׂראל. קיין קאָרעלאַציע צווישן דער צאָל אייראָפּעיִשע פּעסער און עמיגראַציע זעט מען דערווײַל ניט. צוליב וואָס זשע טוט מען עס? די פֿאָרשער פֿון דעם פֿענאָמען טיילן אויס עטלעכע קאַטעגאָריעס לײַט.
איין קאַטעגאָריע שאַפֿן יונגע ישׂראלים, וואָס ווילן באַקומען בילדונג אין אייראָפּע. אינטערעסאַנט, אַז צווישן אַזעלכע יונגע לײַט זעט מען אויך חרדים, וועלכע ווילן שטודירן אין די ישיבֿות, וואָס געפֿינען זיך אין גרויס-בריטאַניע צי בעלגיע.
נאָך איין קאַטעגאָריע שאַפֿן מענטשן, וואָס זײַנען אַ ביסל עלטער. זיי זוכן טאַקע אַ מעגלעכקייט צו קריגן אַן אַרבעט. זיי זײַנען אפֿשר אַנטוישט אין די שטעלעס, וואָס געפֿינען זיך בײַ זיי אין לאַנד.
עס זײַנען אויך דאָ אַזעלכע ישׂראלים, וואָס ווילן האָבן אַן אייראָפּעיִשן פּאַס, כּדי צו פֿירן אַ געשעפֿט אין אייראָפּע. ס’איז וויכטיק צו זײַן אַ „היגער‟. אַנדערש שטויסט מען זיך אָן אויף כּלערליי שוועריקייטן.
מע באַקומט אויך בירגערשאַפֿט, כּדי צו קריגן פּענסיע אָדער קאָמפּענסאַציע פֿאַר קאָנפֿיסקירטע הײַזער און געשעפֿטן.
אָבער דאָס הייסט גאָר ניט, אַז ישׂראל שטייט פֿאַר אַ סכּנה פֿון דעפּאָפּולאַציע. פֿאַרקערט, די באַפֿעלקערונג וואַקסט. דער חלק פֿון ישׂראלים, וואָס וווינען שטענדיק אין אַנדערע לענדער, איז נידעריקער ווי בײַ ס’רובֿ מערבֿדיקע מדינות. דערפֿאַר האָט טאַקע אַ סך קאָמענטאַטאָרן געחידושט די רעפּליק פֿון יאיר לפּיד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.