נישט לאַנג צוריק, האָבן די ליובאַוויטשער אַקטיוויסטן פֿון דער שטאָט קאָקאָנאַט־קריק, פֿלאָרידע, פֿאַרעפֿנטלעכט אויף זייער וועבזײַט, לכּבֿוד חנוכּה, אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון „סאַנטאַ־קלאַוס‟. ווי ס׳איז באַקאַנט, ווערט דער דאָזיקער פּערסאָנאַזש זעלטן אַסאָציִיִרט מיט ייִדן. פֿאַרקערט, מע באַטראַכט אים אין די פֿרומע קרײַזן, געוויינטלעך, ווי אַ סטערעאָטיפּישן סימבאָל פֿון „גוייִשקייט‟. אין דעם פֿאַל אָבער, האָבן די חב״דניקעס געהאָלפֿן „סאַנטאַ‟ צו לייגן תּפֿילין און זאָגן קריאת־שמע.
ס׳רובֿ חסידישע קהילות ווײַזט נישט אַרויס קיין גרויסע ליבשאַפֿט לגבי די בעל־תּשובֿות. ווי אַ רעאַקציע אויף מײַן פֿאָריקן אַרטיקל וועגן די הײַנטצײַטיקע נעאָ־חסידים, האָט עפּעס אַ פֿרומער קאָמענטאַטאָר באַמערקט, אַז די בעל־תּשובֿות פֿאַרשפּרייטן צווישן „עכטע ייִדן‟ כּלערליי „טמאנע פֿרעמדע גוייִשקייטן‟. דערפֿאַר איז, לויט אים, חב״ד „טאַקע אויסגעשלאָסן פֿון כּלל־ישׂראל‟ און אַ טייל איצטיקע נאָכפֿאָלגער פֿון רבי נחמן בראַצלעווער זענען „היפּיס, נישט ייִדן‟.
ס׳איז פֿאַרשטענדלעך, אַז אין די קרײַזן, וווּ ייִדישקייט ווערט אַס אָציִיִרט מיט לאַנגע שוואַרצע בעקעטשעס און שטרײַמלעך, קאָן די צורה פֿונעם תּפֿילים־לייגנדיקן „סאַנטאַ־קלאַוס‟ אַרויסרופֿן אַ שאָק. למעשׂה, קאָן מען אָבער זאָגן, אַז די הײַנטיקע ליובאַוויטשער זענען אומפּאָפּולער, דער עיקר, צווישן די מאָדערנע אָרטאָדאָקסן און נישט־אָרטאָדאָקסישע באַוועגונגען. דער סאַמטאַרער רבי האָט שאַרף קריטיקירט די „מבֿצעים‟, אײַנגעפֿירט דורכן לעצטן ליובאַוויטשער רבין, מנחם־מענדל שניאורסאָן. לויט דעם סאַטמאַרער רבין, טאָר מען נישט פֿאָרלייגן אַ וועלטלעכן ייִד צו לייגן תּפֿילין, ווײַל זײַן קאָפּ קאָן זײַן פֿאַרנומען מיט „שמוציקע‟ הירהורים און זײַן גוף איז נישט גענוג „ריין‟.
דערצו, לויט דער סאַטמאַרער שיטה, איז מען יוצא מיט דער מיצווה נאָר ווען מע גלייבט, אַז דער אייבערשטער האָט געהייסן די ייִדן צו לייגן תּפֿילין. אַ ייִדיש־שטאַמיקער „סאַנטאַ־קלאַוס‟ איז, מסתּמא, אַ שוואַכער מאמין אין תּורת־משה און דערפֿאַר זענען תּפֿילין אויף זײַן קאָפּ פּונקט אַזוי נאַריש, ווי אויפֿן שפּיץ פֿון אַ ניטל־יאָלקע. פֿונדעסטוועגן, האָט דער מחבר פֿון די שורות אַ סך מאָל געהערט פֿון די סאַטמאַרער חסידים, אַרײַנגערעכנט אַ צאָל באַקאַנטע רבנים, אַז די ליובאַוויטשער זענען „טײַערע ייִדן‟, הגם זיי טוען צומאָל אויסטערלישע זאַכן. להיפּוך, איז צווישן די מאָדערניזירטע ענגליש־רעדנדיקע מתנגדים פֿאַרשפּרייט אַ טיפֿע אידעאָלאָגישע שׂינאה קעגן חב״ד.
ווייניק מענטשן ווייסן אָבער וועגן טשיקאַווע היסטאָרישע פֿאַרבינדונגען צווישן חב״ד און „סאַנטאַ־קלאַוס‟. אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד איז דער דאָזיקער פּערסאָנאַזש געוואָרן אינגאַנצן סעקולאַריזירט און האָט נישט געהאַט קיין שום שײַכות צו ניטל. די סאָוועטישע יאָלקעס זענען געווען פֿאַרבונדן מיטן וועלטלעכן נײַעם יאָר און אויף זייער שפּיץ איז געווען דער קאָמוניסטישער רויטער שטערן, נישט קיין קריסטלעכע סימבאָלן. צוליב דעם, האָבן אַ ריי באַקאַנטע רבנים געפּסקנט, אַז די רוסישע ייִדן מעגן, אויב זיי ווילן, פּראַווען דאָס נײַע יאָר אויפֿן סאָוועטישן וועלטלעכן שטייגער און באַצירן זייער שטוב מיט אַ נײַ־יאָריקער יאָלקע.
אין די רוסיש־רעדנדיקע ליובאַוויטשער קהילות איז עס אַ באַקאַנטער אָנגענומענער פֿאַקט, אַז פֿאַר אַ טייל מענטשן, אַרײַנגערעכנט גאַנץ פֿרומע, בלײַבט די סאָוועטישע ווערסיע פֿון „סאַנטאַ־קלאַוס‟, צוזאַמען מיטן גאַנצן פּעקל פֿון „יאָלקע‟־סימבאָליזם — דער „זיידע פֿראָסט‟ — אַ נאַטירלעכער נייטראַלער עלעמענט פֿונעם לעבן. הרבֿ ישׂראל אַקערמאַר אויף דער באַקאַנטער מתנגדישער פֿרומער רוסישער וועבזײַט „Toldot.ru‟ קריטיקירט דעם זאָזיקן מינהג און פֿאָרט אָנערקענט דעם פֿאַקט, וואָס אַ סך ייִדישע משפּחות פֿון רולסאַנד קאָנען זיך נישט באַגיין אָן דער נײַ־יאָריקער יאָלקע. להיפּוך, האָט דער טאָראָנטער רוסיש־רעדנדיקער רבֿ יוסף זאַלצמאַן, אַ ליובאַוויטשער חסיד, געפּסקנט, אַז אַ ייִד מעג שטעלן בײַ זיך אין שטוב די נײַ־יאָריקער יאָלקע. „מע מעג — אָבער מע דאַרף נישט‟.
במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט, האָט די סאָוועטישע רעגירונג זיך באַצויגן נעגאַטיוו צו די ניטל־טראַדיציעס. אינעם יאָר 1927, האָט זיך אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד אָנגעהויבן אַ גאַנצע אַנטי־רעליגיעזע קאַמפּאַניע קעגן די ניטלדיקע יאָלקעס. דער עולם האָט אָבער ווײַטער געפּראַוועט די חגא אין דער היים, דערפֿאַר האָט סטאַלינס רעגירונג זיך געגעבן אַן עצה צו פֿאַרוואַנדלען עס אין אַ ריין־סעקולערן יום־טובֿ. דער סאָוועטישער פּאָליטיקער פּאַוועל פּאָסטישעוו, האָט אינעם יאָר 1935 פֿאַרעפֿנטלעכט אין דער צײַטונג „פּראַוודאַ‟ אַ רוף צוריקצוברענגען די יאָלקע ווי אַן אָפֿיציעלן סימבאָל פֿונעם נײַעם יאָר. זײַן געדאַנק איז זינט דעמאָלט אָנגענומען געוואָרן אינען גאַנצן לאַנד.
צוזאַמען מיטן „זיידע פֿראָסט‟, פֿיגורירט אין דער סאָוועטישער עגאַליטאַרער וועלטלעכער טראַדיציע זײַן אייניקל „שניי־מיידל‟, באַקאַנט אויף רוסיש ווי „סניעגוראָטשקאַ‟. נאָך סטאַלינס תּקופֿה, האָט זיך אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד אַנטוויקלט אַ גאַנצע קולטור פֿון נײַ־יאָריקע אונטערנעמונגען. להיפּוך צו דעם מערבֿדיקן „סאַנטאַ־קלאַוס‟, איז פֿאַר קיינעם נישט געווען אַ סוד, אַז דער קאָמוניסטישער „זיידע פֿראָסט‟ מיט דער „שניי־מיידל‟ זענען אויסגעטראַכטע פּערסאָנאַזשן. ווען די קינדער האָבן געפֿונען מתּנות לעבן דער יאָלקע, האָבן זיי, געוויינטלעך, קלאָר פֿאַרשטאַנען, אַז זיי קומען פֿון זייערע עלטערן, און נישט פֿון עפּעס אַ מיסטישן געשפּענסט; די דאָזיקע ידיעה האָט אָבער נישט געשאַט זייער שׂימחה.
אויפֿן סאָוועטישן ייִדיש הייסט דער דאָזיקער פּערסאָנאַזש „פֿעטער שניאור‟. די עטימאָלאָגיע איז, אַוודאי, גאַנץ פּשוט: מע האָט אויסגעקליבן דעם נאָמען „שנייער‟ (לויט דער סאָוועטישער פֿאָנעטישער אָרטאָגראַפֿיע), ווײַל עס קלינגט ווי „שניי. אינעם יאָר 1929, האָט משה בראָדערזאָן פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן קליינע איין־אַקטיקע פּיעסע „פֿעטער שניאור‟ וועגן דעם דאָזיקן נײַ־יאָריקן פּערסאָנאַזש, באַגלייט מיט די ווינטערדיקע שוואַרצע ראָבן. „דער פֿעטער שנייער — אַן אײַנגעהויקערטער אַלטיטשקער. זײַן באָרד און די האָר פֿון קאָפּ ציִען זיך ביז צו דער ערד. האָט אַ שאַרף דין קולעכל‟.
בראַָדערזאָנס „פֿעטער שניאור‟, אַזוי ווי זײַן קריסטלעכער מערבֿדיקער פּראָטאָטיפּ „סאַנטאַ־קלאַוס‟, פֿאָרט מיט קינדער־מתּנות איבער דערפֿעלעך און שטעטעלעך: „אין אַ סויבל־היטל, זיצט ער אויף זײַן שליטל, אויף זײַן זילבער־שליטעלע, פֿאָכעט מיט אַ ריטעלע, מיט אַ פֿראָסטיק ריטל!‟
בראָדערזאָן איז געבוירן געוואָרן אין מאָסקווע, אינעם יאָר 1891. ווען ער איז געווען אַ קליין קינד, האָט די צאַרישע רעגירונג אים פֿאַרטריבן, צוזאַמען מיט די אַנדערע ייִדן, אינעם תּחום־המושבֿ. ער איז אויפֿגעוואַקסן אין לאָדזש, וווּ עס האָבן געוווינט אַ סך חב״ד־חסידים. דער זעקסטער ליובאַוויטשער רבי, יוסף־יצחק שניאורסאָן, האָט געעפֿנט אין לאָדזש אַ באַקאַנטן צווײַג פֿון דער ישיבֿה „תּומכי־תּמימים‟, וווּ עס האָבן זיך געלערנט אַ ריי באַקאַנטע רבנים.
אַ סבֿרא, אַז בראָדערזאָנס „פֿעטער שניאור‟ איז טאַקע אַ ליובאַוויטשער — אפֿשר אַפֿילו אַ גילגול פֿונעם ערשטן חב״ד־רבין, שניאור־זלמן פֿון ליאַדי. צוליב אים, איז שניאור געוואָרן אַ סטערעאָפּישער חב״ד־נאָמען און די שפּעטערדיקע רביים האָבן געטראָגן דעם פֿאַמיליע־נאָמען שניאורסאָן; די ליובאַוויטשער רביים האָבן טאַקע געהאַט לאַנגע בערד און געטראָגן סויבל־שטרײַמלעך. ס׳איז גאַנץ מעגלעך, אַז בראָדערזאָן האָט בכּיוון אויסגעמישט דאָס געשטאַלט פֿונעם ליובאַוויטשער רבין מיט „סאַנטאַ־קלאַוס‟.
עס וואָלט אָבער געווען כּדאַי אויסצופֿאָרשן די געשיכטע פֿונעם נאָמען „פֿעטער שניאור‟ און אויסצוגעפֿינען, צי דער דאַָזיקער באַקאַנטער ייִדישער פּאָעט און דראַמאַטורג האָט אַליין אויסגעטראַכט דאָס דאָזיקע ייִדישע צונעמעניש פֿון „סאַנטאַ־קלאַוס‟, אָבער זיך באַנוצט מיט אַ שוין־עקזיסטירנדיקן טערמין. אַזוי צי אַזוי, האָט פֿאַר אַ לאָדזשער ייִד די צורה פֿונעם אַלטן לאַנג־בערדיקן „רב שניאור‟ מיט אַ סויבל־היטל זיכער געהאַט אַ טשיקאַווע קאָנאָטאַציע מיט חב״ד.
ווען די לייענער פֿון שמריה ראָזענבערגס באַקאַנטעא אַנטי־חרדישער און אַנטי־ליובאַוויטשער וועבזײַט „דער פֿאַרפֿאַלענער משיח‟ האָבן דערזען דאָס בילד פֿון „סאַנטאַ־קלאַוס‟ אין תּפֿילין, באַגלייט מיט אַ פּאָר ליובאַוויטשער בחורים, האָבן זיי, אַוודאי, אָנגעהויבן חוזק צו מאַכן און באַמערקט, אַז „סאַנטאַ־קלאַוס‟ קאָן גרינג ווערן אַ ליובאַוויטשער חסיד, ווײַל ער טראָגט שוין אַ לאַנגע באָרד און דינט פֿאַר אַ סך קינדער ווי אַ „רבי‟. די חוזק־מאַכער ווייסן אָבער, אַוודאי, נישט, אַז בײַ בראָדערזאָנען און אינעם סאָוועטישן ייִדיש טראָגט דער דאָזיקער פּערסאָנאַזש טאַקע אַ טיפּישן ליובאַוויטשער נאָמען.
וואָס וואָלטן געזאָגט דערויף די ליובאַוויטשער רבנים, וואָס שיקן די בחורים צו לייגן תּפֿילין אויף יעדן ייִד אויף דער גאַס, און פֿרייען זיך, ווען אַ גרויסע חנוכּה־מנורה ברענט בשכנות מיט אַ ניטל־יאָלקע? קאָן מען זיך פֿאָרשטעלן אַ משפּחה, וווּ דער מיסטעריעזער „פֿעטער שניאור‟ — אַ קאָמבינאַציע פֿון אַ חב״דניק מיטן סאָוועטישן „זיידע פֿראָסט‟ — ברענגט שטילערהייט מתּנות, לכּבֿוד דעם גוייִשן נײַעם יאָר? עס וואָלט אפֿשר געווען טאַקע מעגלעך, אויב מער ייִדן וואָלטן זיך אינטערעסירט מיט דער ייִדישער ליטעראַטור און געוווּסט וועגן דער דאָזיקער טשיקאַווער פֿאַרבינדונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.