2 אוניווערסיטעטן פֿאַרלאָזן ASA

Two Universities Quit ASA


פֿון ייִט״אַ

Published December 22, 2013, issue of January 17, 2014.

וואַשינגטאָן. — די אָפּטיילן פֿון אַמעריקאַנער שטודיעס אין צוויי אוניווערסיטעטן — בראַנדײַס־אוניווערסיטעט און דעם פּענסילוועניער שטאַט־אוניווערסיטעט אין האַריסבערג — האָבן זיך צוריקגעצויגן פֿון דער ”אַסאָציאַציע פֿון אַמעריקאַנער שטודיעס“, נאָך דעם ווי די דאַך־אָרגאַניזאַציע האָט אָפּגעשטימט צו בויקאָטירן די ישׂראלדיקע אוניווערסיטעטן.

”מיר באַצייכענען די אָפּשטימונג פֿון די מיטגלידער דורכצופֿירן אַן אַקאַדעמישן בויקאָט פֿון ישׂראל, ווי אַ פּאָליטיזאַציע פֿונעם געביט, און אַן אָפּוואַרף פֿונעם פֿרײַען אויסטויש פֿון געדאַנקען, וואָס אַן אַקאַדעמישער פֿאַרבאַנד דאַרף מוטיקן,“ האָט בראַנדײַס דערקלערט.

”מיר זענען נאָך אַלץ איבערגעגעבן דעם געביט פֿון אַמעריקאַנער שטודיעס, אָבער קאָנען מער נישט שטיצן קיין אָרגאַניזאַציע, וואָס שטעלט זיך אַנטקעגן צוויי עיקרדיקע פּרינציפּן פֿון דער אַמעריקאַנער קולטור — די פֿרײַהייט זיך אָנצושליסן אָדער צו פֿאַרלאָזן אַ גרופּע, און די פֿרײַהייט פֿון אויסדריקן אַ מיינונג.“

דער פּענסילוועניער שטאַט־אוניווערסיטעט, בעסער באַקאַנט ווי ”פּען סטייט“, האָט דערקלערט: ”די רעזאָלוציע וואָס די ASA האָט אָנגענומען צו בויקאָטירן די ישׂראלדיקע אוניווערסיטעטן, צאַמט אײַן די אַקאַדעמישע פֿרײַהייט און גראָבט אונטער די רעפּוטאַציע פֿון די אַמעריקאַנער שטודיעס, ווי אַן אַקאַדעמישער געביט. די קאַטעדרע פֿון אונדזער פּראָגראַם פֿון אַמעריקאַנער שטודיעס וועט צוריקציִען איר מיטגלידערשאַפֿט, און וועט מוטיקן אַנדערע צו טאָן דאָס זעלבע.“

דער פֿאָרזיצער פֿונעם אָפּטייל, סײַמאָן בראָנער, איז בײַגעווען אויף דער סעסיע פֿון דער ASA אין נאָוועמבער, וווּ מע האָט אַרומגערעדט די מעגלעכקייט פֿון אַ בויקאָט.

דער בויקאָט, וואָס איז אָנגענומען געוואָרן דעם 15טן דעצעמבער נאָך אַן אָפּשטימונג פֿון די ASA־מיטגלידער דורך דער אינטערנעץ, איז געצילט קעגן אוניווערסיטעטן, נישט יחידים, און צווינגט נישט די מיטגלידער אַליין דורכצופֿירן דעם בויקאָט.