אַ קלוגער מענטש האָט שוין געזאָגט: סע קען זײַן, אַז נישט אַלע אַנטי-ציוניסטן זענען אַנטיסעמיטן, אָבער אַלע אַנטיסעמיטן זענען אַנטי-ציוניסטן. עס בלײַבט אַ קשיא אויף אַ מעשׂה — אויב די אַנטיסעמיטן לאָזן די ייִדן נישט לעבן בײַ זיך, און ווילן נישט, אַז די ייִדן זאָלן לעבן אין ארץ־ישׂראל, איז וווּאַהין זאָלן די ייִדן גיין? וווּ זאָלן די ייִדן לעבן? אויף דעם האָבן די אַנטיסעמיטן אַ פּשוטן ענטפֿער — וווּ שטייט געשריבן, אַז ייִדן דאַרפֿן לעבן?
אין די לעצטע דרײַ וואָכן האָבן די אַנטיסעמיטישע און אַנטי-ישׂראל לאָזונגען, אויפֿשריפֿטן און צייכענונגען באַצירט די ווענט פֿונעם אַזוי־גערופֿענם גדאַנסקער וואָקזאַל אין וואַרשע. קיינער האָט זיי נישט אויסגעמעקט במשך פֿון דרײַ לאַנגע וואָכן. אַגבֿ, די צייכענונגען זענען געווען נישט נאָר אַנטיסעמיטיש; זיי זענען געווען, ווי סע טרעפֿט זיך אָפֿט, פּאָרנאָגראַפֿיש. פֿאַר וואָס האָבן די פּוילישע טאַטע-מאַמעס מיט קינדער נישט פּראָטעסטירט בײַ די געהעריקע אָרגאַנען, בלײַבט אַ רעטעניש.
דער גדאַנסקער וואָקזאַל איז געקנופּט און געבונדן מיטן מלוכישן אַנטיסעמיטישן פּאָגראָם פֿונעם קאָמוניסטישן הערשער, וולאַדיסלאַוו גאָמולקאַ, אין יאָר 1968. אַ סך ייִדן, וואָס מען האָט דעמאָלט אַרויסגעוואָרפֿן פֿון דער אַרבעט און זענען געבליבן אָן ברויט, זענען אַרויסגעפֿאָרן אין די סקאַנדינאַווישע לענדער, וואָס האָבן זיי אָנגעבאָטן פּאָליטישן אַזיל. אין די סקאַנדינאַווישע לענדער פֿאָרט מען דורך גדאַנסק. דער וואָקזאַל איז דעמאָלט געווען אַ געזעגענונגס־אָרט, וווּ די פּליטים האָבן זיך צעשיידט מיט דער משפּחה און פֿרײַנד, און די פּאַראָמען זענען געווען נאַס פֿון טרערן.
15,000 ייִדן האָבן דעמאָלט פֿאַרלאָזט פּוילן, צווישן זיי — 500 וויסנשאַפֿטלער און 1,000 סטודענטן. אַלע האָבן געמוזט זיך אָפּזאָגן פֿון זייער פּוילישער בירגערשאַפֿט און באַקומען אַ „לעסע-פּאַסע‟, וואָס האָט נישט דערלויבט זייער צוריקקער קיין פּוילן.
דער פּוילישער ייִדישער דיכטער, הענריק גרינבערג, האָט דעמאָלט געשריבן: „זיי האָבן דאָ איבערגעלאָזט מער ווי זיי האָבן מיטגענומען מיט זיך‟. יעדעס יאָר טרעפֿן זיך די וואַרשעווער ייִדן און די אַמאָליקע פּליטים אין חודש מאַרץ, טאַקע בײַם טאָוול מיט אָט דער אויפֿשריפֿט פֿאַר אַן אָנדענק־אַקאַדעמיע.
אין צפֿון-מיזרח פּוילן, בײַם טײַך נאַרעוו, געפֿינען זיך די שענסטע און עלטסטע וועלדער אין פּוילן. די אָרטיקע געגנט איז וווּנדערלעך שיין, אָבער הינטערשטעליק עקאָנאָמיש. פֿאַר די עקאָלאָגן איז קאָנסערווירן די וועלדער און די חיות וואָס לעבן אין זיי, אַ פּריאָריטעט. די אָרטיקע אײַנוווינערס אָבער ווילן זען מער אויטאָסטראַדעס, פֿאַבריקן און אַנדערע אַרבעט־פּלעצער.
אָנהייב דעצעמבער האָט אַ קאָנפֿערענץ אין נאַרעוו, אַ מאָלעריש שטעטל לעבן דעם טײַך נאַרעוו, זיך פֿאַרנומען מיט די עקלאָגישע און עקאָנאָמישע פּראָבלעמען פֿון דער געגנט, געזוכט אַ פּשרה צווישן אַנטוויקלונג און קאָנסערווירן. אינזשענירן, עקאָלאָגן, און אַנדערע פֿאַכלײַט האָבן אָנטייל גענומען אין אָט דער קאָנפֿערענץ.
צו וואָרט איז אויך געקומען חבֿר לעאָן כלאָביטש, אַ מיטגליד פֿון דער נאַרעווער „גמינע‟. לויט אים, זענען די עקאָלאָגן די משרתים פֿון ייִדן. ייִדן האָבן, לויט אים, אויסגעטראַכט די גאַנצע עקאָלאָגישע מעשׂה, כּדי די נאַרווער אײַנוווינער זאָלן נישט האָבן קיין פּרנסה. ביימער, האָט פֿרײַנד כלאָביטש געזאָגט, זענען דאָ אויף דער וועלט, כּדי מען זאָל מאַכן פֿון זיי טישן.
די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער קאָנפֿערענץ האָבן געלאָזט וויסן, אַז די דאָזיקע מיינונג איז די פּערזענלעכע מיינונג פֿון פֿרײַנד לעאָן כלאָביטש, און זיי האָבן מיט די דאָזיקע אַנטיסעמיטישע אויסרעדונגען גאָר נישט צו טאָן. הייסט עס, אַז פֿאַר די פֿאַרברענטע אַנטיסעמיטן זענען די נאַרעווער וועלדער אויך אַ טייל פֿון דער ייִדישער וועלט־קאָנספּיראַציע, אָדער, בעסער געזאָגט, פֿון דער ייִדישער קאָנספּיראַציע קעגן דער וועלט.
פּראָפֿעסאָר עגעניוש קרול מאַכט לעצטנס אַ קליינעם רעש אין דער פּוילישער מעדיאַ; ער האַלט, אַז מען דאַרף איבערזעצן אַדאָלף היטלערס „מײַן קאַמף‟ אויף פּויליש. קרול איז אַ היסטאָריקער, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט נאַצי- דײַטשלאַנד, און לעצטנס האָט ער אַרויסגעגעבן אין פּוילישער איבערזעצונג, די טאָג-ביכער פֿון יאָזעף געבעלס, דער פּראָפּאַגאַנדע־מיניסטער פֿון „דריטן רײַך‟. בלײַבט אַ קשיא אויף אַ מעשׂה, צו וואָס דאַרף מען פּטרן צײַט און געלט אויף אַזעלעכע כּתבֿים?
אַז מען לייענט זײַן שרײַבעכץ, זעט מען בפֿירוש, אַז געבעלס איז געווען אַ גיגאַנטישן גראַפֿאָמאַן. טשיקאַווע זענען זײַנע אָנאַליזן אויף די לעצטע זײַטן פֿונעם בוך. נישט געדאגהט, שרײַבט ער, די ענגלענדער און די אַמעריקאַנער האָבן זיך נישט איבעריק ליב. מען קען געפֿינען אַ וועג צו אַ פֿאַרשטענדעניש מיט איינעם פֿון זיי אויפֿן חשבון פֿונעם אַנדערן און ראַטעווען דעם „דריטן רײַך‟. געבעלס אידיאָטישע געדאַנקען זענען אָנגעשריבן אינעם גוט־באַקאַנטן פֿאַרפּלאָנטערטן דײַטשישן סטיל, וווּ אַ זאַץ האָט אַן אָנהייב, אָבער האָט (כּמעט) נישט קיין סוף.
וואָס שייך „מײַן קאַמף‟, בלײַבט נאָך אַ קשיא אויף אַ מעשׂה: פֿאַר היסטאָריקער איז אַ פּוילישע איבערזעצונג פֿונעם טעקטס גאָרנישט ווערט. זיי דאַרפֿן סײַ ווי סײַ ציטירן פֿונעם דײַטשישן מקור. סתּם עמך איז נישט איבעריק קריטיש. פֿאַר אַ פּאָליאַק פֿון אַ גאַנץ יאָר קען דער טעקסט זײַן אַ באַווײַז, אַז ייִדן זענען טאַקע די סיבה פֿאַר אלץ דאָס שלעכטס אויף דער וועלט. לאָמיר נישט פֿאַרגעסן, אַז „קאַווגאַם‟ — אַזוי הייסט די טערקישע איבערזעצונג פֿון „מײַן קאַמף‟ — איז אַ בעסט-סעלער אין טערקײַ. אַז היטלער געפֿעלט אַזוי שטאַרק די טערקן, פֿאַר וואָס זאָל ער נישט געפֿעלן די פּאָליאַקן?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.