צווישן די פֿאַרשידענע פֿירמעס, וואָס געפֿינען זיך אין דער באַקליידונג־אינדוסטריע איז דאָ איינע, וואָס פּראָדוצירט קאָלנער־האַלטערס — מעטאַלענע אָדער פּלאַסטישע פּאַסן, וואָס מע שטעקט אַרײַן אין קליינע קעשענעס הינטערן קאָלנער, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז דער קאָלנער בייגט זיך נישט און זעט תּמיד אויס ציכטיק און נישט־צעקנייטשט.
די פֿירמע, Swiss Stays, האָט לעצטנס אָנגעקניפּט אַ שותּפֿות מיט „סאַקס פֿיפֿט עוועניו‟ צו גרינדן אַ ספּעציעלע קאָלעקציע מיטן נאָמען, Think Yiddish, Dress British. אויף יעדן מעטאַלענעם פּאַס וועט אויסגראַווירט ווערן, מיט לאַטײַנישע אותיות, אַ ייִדיש וואָרט, און אונטער דעם — זײַן ענגלישע איבערזעצונג.
דער ציל פֿון דער אייגנאַרטיקער קאָלעקציע איז, אָפּצוגעבן כּבֿוד די ייִדישע גרינדער פֿון דער אַמעריקאַנער באַקליידונג־אינדוסטריע. דער 29־יאָריקער פֿירמע־שעף פֿון Swiss Stays, דוד שאָטנשטיין, האָט באַשלאָסן אַרויסצולאָזן די קאָלעקציע בעת די פֿאַרהאַנדלונגען מיט אַ פֿאָרשטייער פֿון „סאַקס‟ מכּוח דער גרינדונג פֿון אַן עקסקלוסיווער סעריע.
צווישן די 16 ווערטער, וואָס וועלן אויסגראַווירט ווערן אויף די קאָלנער־האַלטערס זענען „חוצפּה‟, „שוויצער‟ און „לופֿטמענטש‟. 1 פּאָר פֿון די שטאָלענע קאָלנער־האַלטערס וועט קאָסטן 30$; אַ מעשענע פּאָר וועט קאָסטן 40$, און טיטאַניום — 50$.
שאָטנשטיינס פֿריִערדיק קליידער־געשעפֿט איז געווען Astor & Black, אַ פֿירמע פֿון אינדיווידועל־געפֿאַרטיקטע אָנצוגן, וואָס ער האָט געגרינדעט צו 21 יאָר. לויט אים איז די איינציקע מניעה בײַ יונגע אינאָוואַטאָרן, אַז זיי האָבן נישט גענוג צוטרוי צו זיך. „מענטשן האָבן כּסדר פּרעכטיקע געדאַנקען, אָבער זיי זוכן אויס פֿאַרשידענע סיבות זיי נישט דורכצופֿירן,‟ האָט ער געזאָגט. „מע דאַרף זיך שטאַרקן און נישט אויפֿנעמען צו ערנסט, ווען מע וואַרפֿט אָפּ דײַנע געדאַנקען.‟
דאָס איז זיכער נישט קיין פּראָבלעם פֿאַר שאָטנשטיין, וועלכער האָט אָנגעהויבן זײַן ערשט געשעפֿט צו 12 יאָר. נאָכן באַמערקן, אַז די געשעפֿטסלײַט וואָס באַזוכן זײַן טאַטן — דער שעף פֿון Arshot Investment Corp, טאָמאַס שאָטנשטיין — האָבן ליב צו רייכערן ציגאַרן, האָט דוד שטילערהייט געגרינדעט זײַן אייגן ציגאַר־געשעפֿט, וואס האָט אָנגעהאַלטן צוויי יאָר לאַנג, ביז זײַן טאַטע האָט זיך דערוווּסט, און עס געשלאָסן. די משפּחה שאָטנשטיין איז באַקאַנט פֿאַר אירע פֿאַרשידנאַרטיקע אינוועסטיציעס און פֿילאַנטראָפּישער אַרבעט, אַרײַנגערעכנט די פּובליקאַציע פֿון אַ נײַעם באַנד תּלמוד בבֿלי, ווי אויך אַ באַנד ירושלמי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.