ירושלים. — איך בין אַ גראַדואַנט פֿון די „סאָלאָמאָן שעכטער־טאָגשולן‟, און מײַנע קינדער האָבן זיך געלערנט אין דער אומאָפּהענגיקער Jewish Community Day School, ווען מיר האָבן געוווינט אין ניוטאָן, מאַסאַטשוסעטס. מײַן ייִדישע דערציִונג, ווי אויך מײַנע יאָרן אינעם ציוניסטישן זומער־לאַגער Young Judea און אַנדערע ישׂראל־פּראָגראַמען, האָבן מיך אינספּירירט צו אַרבעטן צענדליקער יאָרן לאַנג אין ייִדישע נישט־פּראָפֿיט־אָרגאַניזאַציעס. ווי אַ פּועל־יוצא, האָב איך געדאַרפֿט באַצאָלן אַ טאָפּלטן שטײַער: ערשטנס, דעם זייער הויכן שׂכר־לימוד פֿאַר מײַנע קינדער, און צווייטנס, שׂכירות, וואָס זענען געווען אַ סך נידעריקער ווי דאָס געהאַלט פֿון מײַנע פֿרײַנד און קרובֿים.
די ייִדישע קהילה נייטיקט זיך הײַנט אין אַ נײַעם פּלאַן, גרינגער צו מאַכן דעם פֿינאַנציעלן עול פֿון די משפּחות. בעת מײַנע קינדער־יאָרן האָבן מײַנע עלטערן באַקומען פֿינאַנציעלע שטיצע פֿון דער קהילה און פֿון „הדסה‟. מיר ווייסן שוין, אַז נײַע פּראָגראַמען, וואָס קאָסטן אַ סך געלט, קאָנען דערגרייכן גוטע רעזולטאַטן, ווי, למשל „געבורטרעכט‟.
אַ הויפּט־סיבה פֿאַר וואָס „געבורטרעכט‟ האָט מצליח געווען, איז דער באַשלוס פֿון דער ישׂראל־רעגירונג צו באַשטימען ממשותדיקע פֿאָנדן דערפֿאַר. ס׳איז אַ באַווײַז פֿון דעם, וואָס מע וואָלט געקאָנט אויפֿטאָן, ווען ישׂראל ווערט פֿאַרררעכנט פֿאַר אַ שותּף אין אויפֿהאַלטן און פֿאַרשטאַרקן די פֿאַרבינדונג פֿון יונגע לײַט איבער דער וועלט צו זייערע ייִדישע וואָרצלען.
איצט וואָלט ישׂראל אויך געקאָנט העלפֿן מאַכן טאָגשולן פֿינאַנציעל צוטריטלעך פֿאַר אַ סך מער ייִדישע משפּחות. ישׂראל געניסט הײַנט פֿון אַ הויכער קרעדיט־פֿעיִקייט: +A, לויט „סטאַנדאַרד און פּור‟. דער ישׂראלדיקער צענטראַלער באַנק וואָלט געקאָנט אויסטיילן לאַנג־צײַטיקע הלוואָות מיט אַ נידעריקן פּראָצענט צו ייִדישע משפּחות, דורך מיטאַרבעטן מיט אַ ישׂראלדיקן באַנק, וואָס האָט אַ פּאַרטנער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. צום ווייניקסטן, קאָן ער באַזאָרגן טאָגשול־עלטערן מיט אַ הלוואה־גאַראַנטיע.
בשעת מײַנע קינדער האָבן זיך געלערנט אין דער טאָגשול אין מאַסאַטשוסעטס, האָבן מיר אַרויסגענומען אַ הלוואה פֿון 23,000$ אויף איין יאָר, דורך Prepgate — אַ קאָמערציעלע דינסט פֿאַר די משפּחות פֿון פּריוואַטע שולן. דער פּראָצענט איז געווען גאַנץ הויך. ווען מיר וואָלטן עס געטאָן דורך „בנק־ישׂראל‟ וואָלט עס געווען אַ סך ביליקער.
דער פּלאַן וואָלט אויסגעזען אַזוי: ווען אַ קינד לערנט זיך אין אַ ייִדישער טאָגשול, וואָלטן די עלטערן געדעקט 50% פֿונעם שׂכר־לימוד. וואָס שייך די איבעריקע הוצאָות, וואָלט די אָרטיקע פֿעדעראַציע באַצאָלט אַ העלפֿט, און מדינת־ישׂראל — אַ העלפֿט. אויב די משפּחה איז עולה קיין ישׂראל, און בלײַבט, צום ווייניקסטן, דרײַ יאָר, וואָלט מען דעם אויסצאָל אין גאַנצן, אָדער צום טייל, אַנולירט.
לויט דער עליה־אָרגאַניזאַציע „נפֿש בנפֿש‟, ברענגט יעדער עולה אַ פֿינאַנציעלן בענעפֿיט דער ישׂראלדיקער עקאָנאָמיע. אויב דער עולה ווערט אַ פֿולצײַטיקער באַאַמטער פֿון אַ ייִדישער קהילה־אָרגאַניזאַציע, וואָלט מען דעם אויסצאָל אויך געדאַרפֿט אַנולירן.
מדינת־ישׂראלל האָט לעצטנס באַשלאָסן צו אינוועסטירן אין די ערשט־אַנדטעקטע גאַזקוואַלן — וואָס קען נאָך אַרײַנברענגען בערך 125 ביליאָן דאָלאַר במשך פֿון די קומענדיקע 20 יאָר. אפֿשר וואָלט ישׂראל געקאָנט באַשטימען 10% פֿון אָט די פֿאָנדן, אָדער 12.5 ביליאָן דאָלאַר, צו פֿינאַנצירן ייִדישע בילדונג איבער דער וועלט? דאָס וואָלט זיכער פֿאַרשטאַרקט די אידענטיפֿיקאַציע פֿון די שולקינדער מיטן ייִדישן פֿאָלק, און במילא מיט מדינת־ישׂראל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.