זונטיק, דעם 5טן יאַנואַר, 1 אַזייגער, וועט פֿאָרקומען אַ פּראָגראַם לזכר דעם לינגוויסט און דעם ערשטן דעקאַן פֿונעם מאַקס ווײַנרײַך צענטער פֿאַר אַוואַנסירטע ייִדישע שטודיעס, ד׳׳ר מיכאל הערצאָג. צווישן די באַטייליקטע וועלן זײַן ד׳׳ר אולריקע קיפֿער און ד׳׳ר ראָבערט ניומאַן פֿון דער אַסאָציאַציע פֿאַרן שטיצן די ייִדישער שפּראַך און קולטור אין דײַטשלאַנד; שמואל נאָריך, דער פֿאַרלעגער פֿונעם „פֿאָרווערטס‟, ד׳׳ר רחמיאל פּעלץ פֿון דרעקסיל אוניווערסיטעט, און ד׳׳ר חוה לאַפּין. לאָרין סקלאַמבערג וועט שפּילן אַ ליד לכּבֿוד דעם באַקאַנטן לינגוויסט.
דער אַרײַנטריט איז פֿרײַ, אָבער מע דאַרף רעזערווירן אַ זיץ־אָרט פֿון פֿריער. פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע קלינגט: 6140־294־212 פֿײַערלעכער אָוונט לכּבֿוד דעם נײַם אַלבאָם פֿון בענדזשי פֿוקס־ראָזען „צוויי וועלטן‟.
מיטוואָך, דעם 15טן יאַנואַר, 7 אַזייגער אין אָוונט, וועט בײַם ייִוואָ פֿאָרקומען אַן אָוונט לכּבֿוד דעם נײַעם אַלבאָם פֿון בענדזשי פֿאָקס־ראָזען „צוויי וועלטן.‟ דער אַלבאָם אַנטהאַלט לידער פֿונעם פּאָעט מרדכי געבירטיג, אַרײַנגערעכנט סײַ לידער וואָס מע האָט פֿריער ניט רעקאָרדירט, און סײַ מער באַקאַנטע לידער מיט נײַע מוזיקאַלישע באַאַרבעטונגען. אינעם מוזיקאַלישן טייל פֿון דער פּראָגראַם וועט בענדזשי פֿאָקס־ראָזען זינגען און שפּילן אויפֿן באַס. באַגלייטן וועט אים זײַן קאַפּעליע, וואָס באַשטטייט פֿון זײַן ברודער, אַבֿי פֿאָקס־ראָזען (גיטאַר, באַנדזשאָ), פּאַטריק פֿאַרעל (אַקאָרדעאָן, פּיאַנע), דזשייסאָן נאַזאַרי (פּויקן), און דער קלאַרנעט־שפּילער מיכאל ווינאָגראַד.
נאָכן קאָנצערט וועט בענדזשי פֿאָקס־ראָזען שמועסן פֿאַרן עולם מיט פּיט רוטשעווסקי, דער דירעקטאָר פֿונעם צענטער פֿאַר טראַדיציאָנעלער מוזיק און טענץ, דעם מוזיקער און פֿילם־רעזשיסאָר דזשאַש וואַלעצקי און אַמאַנדאַ שערבענסקי, אַ פֿאָרשערין פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער מוזיק.
בילעטן אויפֿן קאָנצערט קאָסטן 15$ דאָלאַר (10$ דאָלאַר פֿאַר ייִוואָ־מיטגלידער, עלטערע־לײַט און סטודענטן). כּדי צו באַשטעלן אַ בילעט קלינגט 4444 868 212 אָדער באַזוכט smarttix.com.
דער „אַרבעטער־רינג‟ אין ישׂראל וועט אין אָבהייב 2014 אַדורכפֿירן אַ סעריע קולטורעלע פּראָגראַמען אויף ייִדיש. אַלע פּראָגראַמען קומען פֿאָר מיטוואָך, 11:30 פֿאַרמיטאָג, בײַם „אַרבעטער־רינג‟ אויף 48 קאַלישער גאַס. פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן די פּראָגראַמען קלינגט אָן 6764 517 (03)
דעם 8טן יאַנואַר וועט ד׳׳ר מרדכי יושקאָווסקי האַלטן אַ רעפֿעראַט מיטן טיטל „לייענען צום געניסן‟, וועגן דער „טראַגיש־קאָמישער עמיגראַנטן־ליטעראַטור אין ייִדיש‟. אינעם קינסטלערישן טייל פֿון דער פּראָגראַם וועט די זינגערין מאַרינאַ יעקובאָוויץ זינגען אַ סעריע לידער „די וועלט פֿון וווּנדער־קלאַנגען‟.
דעם 22סטן יאַנואַר וועט פֿאָרקומען אַ פּראָגראַם לזכר דעם פֿאַרשטאָרבענעם דיכטער אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט ז׳׳ל. עס וועלן זיך באַטייליקן ד׳׳ר אַבֿרהם נאָווערשטערן, רבֿקה באַסמאַן בן־חיים און ישׂראל רודניצקי. דער כאָר אויפֿן נאָמען פֿון מיכאל קלעפּפֿיש וועט זינגען לידער, צוזאַמען מיט אַנאַ סמאָלאָוו בײַם קלאַוויר, און דעם טשעליסט וולאַדימיר גײַסמאַן.
דעם 5טן פֿעברואַר וועט לייבל רויטמאַן האַלטן אַ רעפֿעראַט אויף דער טעמע „ייִדישער טעאַטער אין מדינת־ישׂראל‟. אינעם קינסטלערישן טייל פֿון דער פּראָגראַם וועט מאַקסים לעווינסקי זינגען, און רעגינאַ דריקער וועט אים באַגלייטן אויף דער פּיאַנע.
דעם 9טן פֿעברואַר וועט ד׳׳ר נתי כּהן האַלטן אַ רעפֿעראַט אויף דער טעמע „מענדעלע מוכר־ספֿרים: געזעלשאַפֿטלעכע קריטיק אין זײַנע ווערק‟. אינעם קינסטלערישן טייל פֿון דער פּראָגראַם וועט אַסתי ניסים אויספֿירן אַ קראַנץ לידער.
דער „פּראָיעקט פֿון היסטאָרישע ייִדישע צײַטונגען‟ בײַ דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק פֿון מדינת־ישׂראל האָט פֿאַרעפֿנטלעכט נאָך צוויי ייִדישע צײַטונגען פֿון וואַרשע אויף איר באַנײַטער וועבזײַט. איצט קען מען לייענען 3,250 פֿאַרשידענע נומערן פֿון דער צײַטונג „אונדזער עקספּרעס‟ פֿון צווישן די יאָרן 1928—1933 און 1935—1939; 8,662 נומערן פֿון דער צײַטונג „הײַנט‟ פֿון צווישן די יאָרן 1915—1939 ; און 4,172 נומערן פֿון דער צײַטונג „דער מאָמענט‟ פֿון צווישן די יאָרן 1910—1924.
סך־הכּל, האַלט די וועבזײַט בײַ כּמעט 100,000 זײַטן אויף מאַמע־לשון, וואָס זענען איצט צוטריטלעך. נאָך די דרײַ וואַרשעווער צײַטונגען איז אויך איצט צוטריטלעך די באַקאַנטע צײַטונג „ליטעראַרישע בלעטער‟. די וועבזײַט פֿון דעם „פּראָיעקט פֿון היסטאָרישע ייִדישע צײַטונגען‟ איז אַ סך גרינגער צו באַנוצן ווי די פֿריערדיקע. מע קען איצט אויסקלײַבן די נומערן לויט דער דאַטע און לייענען יעדן אַרטיקל באַזונדער. מע קען אַפֿילו זיך טיילן מיט איין אַרטיקל דורך „פֿייסבוק‟ און „טוויטער‟ אָדער אים אָפּדרוקן אָן דעם דאַרפֿן מיטשלעפּן די אַנדערע אַרטיקלען, וואָס געפֿינען זיך אויף דער זעלביקער זײַט. הייסט עס, מע האָט דיגיטאַליזירט ניט בלויז די בילדער פֿון די זײַטן, נאָר אויך די טעקסטן אַליין. מיט די צײַטונגען אויף ענגליש און העברעיִש מיינט דאָס, אַז מע קען איצט אַדורכזוכן די אַלע צײַטונגען נאָך אַ געוויס וואָרט און באַלד זען יעדן פֿאַל, מיט וועלכן מע האָט זיך באַנוצט מיט דעם וואָרט. אויף ייִדיש דאַרף מען אָבער וואַרטן ביז די טעכנאָלאָגיע וועט זיך אַ ביסל מער אַנטוויקלען. די צײַטונגען קען מען לייענען אויף //web.nli.org.il/sites/JPress/English/Pages/default.aspx
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.