איך האָב שוין לאַנג געוווּסט, אַז אליעזר זאַמענהאָפֿס שפּראַך עספּעראַנטאָ איז לאַוו־דווקא אַ קינסטלעכע. בערך אַ טויזנט מענטשן אַרום דער וועלט קענען עספּעראַנטאָ פֿון קינדווײַז אָן; פֿאַר אַ טייל פֿון זיי איז עס דאָס עיקרדיקע מאַמע־לשון, ווײַל זייערע עלטערן און קרובֿים רעדן מיט זיי רק עספּעראַנטאָ.
אַ סך עספּעראַנטיסטן, בפֿרט אין דער פֿריִיִקער תּקופֿה פֿון דער שפּראַך־אַנטוויקלונג זענען געווען ייִדן — אַרײַנגערעכנט, אַוודאי, זאַמענהאָפֿן אַליין. מע דערציילט, אַז בײַ די הפֿסקות פֿון די ערשטע עספּעראַנטיסאָ־קאָנפֿערענצן האָט דער עולם כּסדר גערעדט אויף ייִדיש. די נאַציס האָבן גערודפֿט די עספּעראַנטיסטן דווקא צוליב זייער שײַכות צו ייִדן.
אין זײַן טרויעריק־באַרימטן בוך „מײַן קאַמף‟, דערקלערט היטלער, אַז עספּעראַנטאָ איז, כּלומרשט, די שפּראַך פֿון דער „ייִדישער וועלט־קאָנספּיראַציע‟. להיפּוך, האָט סטאַלינס רעגירונג אינעם ראַטן־פֿאַבאַנד, בײַם אָנהייב, דווקא געשטיצט עספּעראַנטאָ, ווי אַ פּראָגרעסיווע שפּראַך פֿונעם פּראָלעטאַרישן אינטערנאַציאָנאַליזם. שפּעטער, אָבער, האָט סטאַלין אָנגעהויבן רודפֿן די עספּעראַנטיסטן דווקא צוליב זייערע ברייטע אַלמענטשלעכע אידעאַלן. אין דער אמתן, זענען אין דער געשיכטע פֿון עספּעראַנטאָ די ייִדישע אַספּעקטן אָרגאַניש צונויפֿגעפֿלאָכטן מיט קאָסמאָפּאָליטישע. אינעם יאָר 1879, האָט אליעזר (לודוויג) זאַמענהאָף אָנגעשריבן אויף רוסיש די ערשטע סיסטעמאַטישע ייִדישע גראַמאַטיק. מיט אַ יאָר פֿריִער, האָט ער געפּראַוועט זײַן געבוירן־טאָג און באַקענט די חבֿרים מיט דער ערשטער ווערסיע פֿון זײַן אינטערנאַציאָנאַלער שפּראַך, וועלכע האָט דעמאָלט געהייסן „Lingwe uniwersala‟.
אין 1901, האָט זאַמענהאָף פּובליקירט אַ חידושדיקע בראָשור, וווּ ער לייגט פֿאָר אַן אייגענע פֿילאָסאָפֿיע מיטן נאָמען „הלליזם‟, באַגרינדעט אויפֿן באַרימטן „גאָלדענעם‟ פּרינציפּ פֿון הלל־הזקן: „דעלך סני — לחברך לא תעביד‟ (טו נישט צו דײַן חבֿר, וואָס דו וואָלסט נישט געוואָלט פֿאַר זיך). זאַמענהאָף באַטראַכט זײַן הומאַניסטישע פֿילאָסאָפֿיע סײַ ווי אַ ייִדישע, סײַ ווי אַן אַלמענטשלעך־קאָסמאָפּאָליטישע.
אין דער דאָזיקער בראָשור דריקט זאַמענהאָף אויך אַ פּראָ־ייִדישיסטישע מיינונג און דערקלערט, אַז אַ באַדײַטפֿולע וועלטלעכע ייִדישע קולטור מוז זײַן באַגרינדעט אויפֿן „זשאַרגאָן‟, ווי אַ סך מענטשן פֿלעגן רופֿן ייִדיש אין יענער תּקופֿה. דער מחבר באַקלאָגט זיך אָבער, אַז ווי באַלד צווישן די ייִדן איז נישטאָ אַ מאַסן־באַוועגונג, וואָס וואָלט געקאָנט פֿאַרוואַנדלען ייִדיש אין אַן עכטער נאַציאָנאַלער שפּראַך, בלײַבט עם־ישׂראל בלויז אַ רעליגיעזע גרופּע, און נישט אַ וועלטלעך פֿאָלק אין וועלכן־ניט־איז באַדײַטפֿולן זין.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אין זײַן בראָשור „הלליזם‟, ברענגט זאַמענהאָף ממש די זעלביקע אַרגומענטן, וואָס דער תּל־אָבֿיבֿער פּראָפֿעסאָר שלמה זאַנד האָט זיי נישט לאַנג צוריק פּרעזענטירט ווי סענסאַנציאָנעל־חידושדיקע. גאַנצע קאַפּיטלעך פֿון זאַנדס ביכער קלינגען ווי אַ מין פֿאַרברייטערטער גילגול פֿון זאַמענהאָפֿס „הלליזם‟, אָנגעשריבן מיט היפּשע 110 יאָר צוריק. להיפּוך מיט זאַנדן, וועלכער באַגראָבט די ייִדישע קולטור אין זײַנע ביכער, איז זי אָבער געווען פֿאַר זאַמענהאָפֿן אַ נאַטירלעכער פֿאַקט פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן.
מיט עטלעכע יאָר נאָך דער פּובליקאַציע פֿון „הלליזם‟, איז טאַקע אויפֿגעקומען די מאַסן־באַוועגונג, ווי דער מחבר האָט געחלומט. אינעם יאָר 1908 איז אין טשערנאָוויץ פֿאָרגעקומען די באַרימטע ייִדיש־קאָנפֿערענץ; אַ גאַנצע ריי ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכע און פּאָליטישע באַוועגונגען האָבן פֿאַרוואַנדלט ייִדישן אין אַ פֿולווערטיקער נאַציאָנאַלער שפּראַך. זאַמענהאָף האָט זיך אָבער שפּעטער כּמעט אינגאַנצן איבערגעגעבן צו עספּעראַנטאָ און אַלמענטשלעכע ענינים; אויפֿן סמך פֿון „הלליזם‟ האָט ער געשאַפֿן אַ נײַע, ריין־קאָסמאָפּאָליטישע הומאַניסטישע פֿילאָסאָפֿיע, מיטן נאָמען „האָמאַראַניזם‟.
ווי געזאָגט, האָט זאַמענהאָף מיט 135 יאָר צוריק רעפּרעזענטירט די ערשטע ווערסיע פֿון „פּראָטאָ־עספּעראַנטאָ‟. דעמאָלט איז ער געווען אַ 19־יאָריק בחורל. דאָס דאָזיקע געשעעניש ווערט באַטראַכט ווי דער אָנהייב פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן „זאַמענהאָף־טאָג‟, וועלכן די עקספּעראַנטיסטן אַרום דער וועלט פּראַווען יעדעס יאָר דעם 15טן דעצעמבער — זאַמענהאָפֿס געבוירן־טאָג.
די חז״ל זאָגן, אַז „לא דומה שומע לרואה‟ — צו הערן איז אַנדערש, ווי צו זען. הײַיאָר, האָט דער מחבר פֿון די שורות פֿאַרבראַכט דעם „זאַמענהאָף־טאָג‟ מיט אַ משפּחה, וווּ אַ פֿאַרברענטער עספּעראַנטיסט, אַ שפּאַניש־רעדנדיקער יונגערמאַן פֿון באָגאָטע, קאָלאָמביע, רעדט מיט זײַן קליינער טאָכטער רק עספּעראַנטאָ. צום ערשטן מאָל האָב איך געטראָפֿן רעאַלע מענטשן, וואָס בײַ זיי עספּעראַנטאָ איז אַ פּראַקטיש משפּחה־לשון. זאַמענהאָפֿס לעבט הײַנט אין כּלערליי פֿאַרשיידענע ערטער, וועלכע האָבן גאָרנישט צו טאָן מיט ייִדן. בײַ דער אינטערנאַציאָנאַלער וויסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמיע אינעם פּיצל־קליינטשיקן אייראָפּעיִשן לאַנד סאַן־מאַרינאָ איז עספּעראַנטאָ די אָפֿיציעלע שפּראַך. מיט אַ חודש צוריק, האָט זיך בײַם זאַאָזואַנג־אוניווערסיטעט, אינעם מיזרחדיקן טייל פֿון כינע, געעפֿנט אַ גרויסער מוזיי פֿון עספּעראַנטאָ. אײַאַטאָלאַ כאָמייני האָט גערופֿן די מוסולמענער אַרום דער וועלט צו לערנען עספּעראַנטאָ; צוליב דעם זענען הײַנט אין איראַן פֿאַראַן אויך נישט ווייניק עספּעראַנטיסטן.
פֿונדעסטוועגן, שפּילט ייִדיש און ייִדישקייט נאָך אַ מערקווירדיקע ראָלע צווישן די הײַנטיקע עספּעראַנטיסטן. באָריס קאָלקער, איינער פֿון די פֿירנדיקע עספּעראַנטיסאָ־מומחים, דער מחבר פֿונעם פּאָפּולערן בוך „Vojaĝo en Esperanto-lando‟ („אַ נסיעה אינעם לאַנד פֿון עספּעראַנטאָ‟), איז איינער פֿון די אַקטיווסטע מיטגלידער פֿון דער „פֿייסבוק‟־גרופּע „אוי, געוואַלט!‟, וווּ ייִדיש ווערט באַנוצט צוזאַמען, און צומאָל אַפֿילו אויסגעמישט, מיט עספּעראַנטאָ. מיט אַ וואָך צוריק, למשל, האָט איינער פֿון די גרופּע־באַטייליקטע, בערי פֿרידמאַן, אָנגעשריבן אויף עספּעראַנטאָ אַ קאָמענטאַר וועגן שלום סעקונדעס ליד „בײַ מיר ביסטו שיין‟.
זאַמענהאָף האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ טייל פֿון זײַן ייִדישער גראַמאַטיק אינעם ווילנער זשורנאַל „לעבן און וויסנשאַפֿט‟, אינעם יאָר 1909. די ערשטע פֿולע אויסגאַבע איז אָבער פּובליקירט געוואָרן ערשט אינעם יאָר 1982 — באַגלייט מיט אַן איבערזעצונג אויף עספּעראַנטאָ פֿון יוסף כּהן־צדק — אַ ווילנער־געבוירענער ישׂראלדיקער עספּעראַנטיסט.
אַ צאָל היסטאָריקער און שפּראַך־מבֿינים האָבן שוין באַמערקט פֿאַרשיידענע דירעקטע און אומדירעקטע ייִדישע השפּעות אויף עספּעראַנטאָ אויף דער שײַכותדיקער אייגנאַרטיקער „גלות־קולטור‟. למשל, ווען די עספּעראַנטיסטן פֿאָרן אַרום דער וועלט, פֿאַרבינדן זיי זיך מיט דער אָרטיקער עספּעראַנטיסטישער „קהילה‟, וועלכע באַזאָרגט זיי מיט אַ אומזיסטער אַכסניא. די סיסטעם פֿון אַזעלכע ערטער, „Pasporto Servo‟, איז איינע פֿון די סיבות, וואָס מאַכט די שפּראַך צוציִעוודיק.
ווען מע לייענט איבער זאַמענהאָפֿס ייִדישע גראַמאַטיק — גאַנץ אַ גוטע און סיסטעמאַטישע, נישט געקוקט אויפֿן קליינעם פֿאַרנעם — קאָן מען באַמערקן אַן אַנדער השפּחה, וועלכע די פֿאָרשער האָבן, דאַכט זיך, נאָך נישט באַמערקט. זאַמענהאָפֿס דערמאָנטע פֿריִיִקע ווערסיע פֿון דער שפּראַך האָט זיך מערקווירדיק אונטערגעשיידט פֿונעם הײַנטיקן עספּעראַנטאָ. במשך פֿון עטלעכע יאָר, האָט ער געאַרבעט איבער דער שפּראַך און באַטראַכט אַזעלכע אירע אַספּעקטן, ווי דער אַרויסרייד און אַקצענט. אין דער זעלבער צײַט, אַרבעטנדיק איבער דער ייִדישער גראַמאַטיק, האָט ער געפּרוּווט אויסצומײַדן די סתּירות צווישן דעם ליטווישן און פּוילישן דיאַלעקט פֿון ייִדיש.
לעבנדיק אין ביאַליסטאָק — אַ פּויליש שטעטל אויפֿן ליטווישן שפּראַך־שטח — האָט זאַמענהאָף כּסדר געהערט ביידע דיאַלעקטן. אין זײַן בראָשור „הלליזם‟ דערמאָנט ער אויך, אַז דער היימישער דיאַלעקט איז ווי אַ וויכטיקער סטימול פֿון סאָלידאַריטעט צווישן די ליטוואַקעס. אין זײַן גראַמאַטיק, לייגט ער פֿאָר כּללים, וואָס קלינגען גענוג נאָענט צום הײַנטיקן ייִוו״אָ־ייִדיש. די חילוקים צווישן די ייִדישע דיאַלעקטן האָבן, מסתּמא, משפּיע געווען אויף זאַמענהאָפֿס געדאַנק צו שאַפֿן אַ שפּראַך מיט אַ גרינגער, סטאַנדאַרטיזירטער און קלאָרער פֿאָנעטיק.
הײַנט איז אָבער געקומען די צײַט זיך אַרײַנצוטראַכטן, אַז עספּעראַנטאָ וואָלט געקאָנט משפּיע זײַן צוריק אויף ייִדיש. מענטשן אַרום דער וועלט רעדן אויף עספּעראַנטאָ מיט זייערע קינדער, באַטראַכטן עס ווי אַ גאַנץ נאַטירלעך לשון, פֿאָרן אַרום אויף פֿאַרשיידענע קאָנפֿערענצן, שרײַבן לידער און מאַכן אַפֿילו פֿילמען אויף דער דאָזיקער שפּראַך, הגם די אַלגעמיינע צאָל אַקטיווע און פֿליסיקע עספּעראַנטאָ־רעדער אין דער וועלט איז נישט אַזוי גרויס — בערך 100 טויזנט. כּמעט אַלע אַקטיוויסטן זענען פּשוטע מענטשן, ווי די דערמאָנטע משפּחה פֿון קאָלאָמביע.
פֿאַרוואָס קאָנען נישט די ייִדיש־רעדער שאַפֿן אַזאַ פֿאַרצווײַגטע און אַקטיווע נעץ? די גערעדטע דיאַלעקטן זאָלן אָבער, אַדרבה, בלײַבן פֿאַרשיידנאַרטיקע און נאַטירלעכע, ווײַל ייִדיש איז דאָך צווישן די נאַטירלעכסטע שפּראַכן אין דער וועלט, וועלכע האָט זיך אַנטוויקלט במשך פֿון יאָרהונדערטער אָן קיין אָפֿיציעלע גראַמאַטיק־ביכער און סטאַנדאַרט־אַקאַדעמיעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.