ווי מיט אַ יאָר צוריק אין שיקאַגע, האָבן זיך הײַיאָר, אין מיטן דעצעמבער, צונויפֿגעזאַמלט הונדערטער פֿאָרשער פֿון כּלערליי לענדער אין באָסטאָן אין „שעראַטאָן‟־האָטעל, זיך צו באַטייליקן אין דער יערלעכער קאָנפֿערענץ פֿון דער אַסאָציאַציע פֿאַר ייִדישע לימודים (AJS). אין מײַן באַריכט פֿון פֿאַראַיאָרן האָב איך געהאַט געשריבן:
„וויכטיק אויף אַזעלכע אונטערנעמונגען איז צו מאַכן שלום מיטן פֿאַקט, אַז ס׳איז פּשוט אוממעגלעך צו טאַנצן מיט איין פֿוס אויף אַלע חתונות. אויב מע פּראָבירט ׳בשום-אופֿן נישט צו פֿאַרפֿעלן׳ דעם פֿערטן צי דעם פֿינפֿטן ׳גאָר וויכטיקן פּאַנעל׳; אָדער דעם צווייטן צי דריטן קבלת-פּנים אין איין טאָג, — פֿאַלט מען ממש אַוועק. וואָס איז אפֿשר יאָ נייטיק — פֿאָרצולייגן צו גרינדן אַ נײַע ׳אָקופּירט עיי. דזשיי. עס!׳־באַוועגונג, וואָס זאָל דורכמאַרשירן דורך די גאַסן און סקווערן פֿון שיקאַגע, אַרײַנגערעכנט דעם באַרימטן ׳היימאַרקעט סקווער׳, און פֿאָדערן אַן אַכט־שעהדיקן אַרבעטסטאָג אויף דער קאָנפֿערענץ (זע: עדי מהלאל, יאַנואַר 11, 2013 //yiddish2.forward.com/node/4888).‟
קיין „אָקופּירט עיי. דזשיי. עס!‟־באַוועגונג האָט מען, צום גליק, נישט באַדאַרפֿט גרינדן, ווײַל הײַיאָר האָב איך, למשל, שוין נישט פּראָבירט גאָרנישט צו פֿאַרפֿעלן, און אַחר-המעשׂה נאָך געקאָנט אָפּכאַפּן דעם אָטעם. פֿון דער אַנדערער זײַט, זענען אַרויס נײַע פּראָבלעמען. נישט ווייניק מענטשן האָבן געליטן פֿון די שווערע וועטער-באַדינגונגען. אָבער נישט געקוקט אויף דעם האַרבן שניי־שטורעם (פֿון באָסטאָן, ניו-יאָרק און ביז ירושלים), האָבן די העלדישע פֿאָרשער גובֿר געווען די אַלע שוועריקייטן, און אויסגעפֿילט די קליינע און גרויסע קאָנפֿערענץ־זאַלן אינעם האָטעל.
וואָס רעדט מען אַרום אויף אַזעלכע קאָנפֿערענצן? צו וואָס דאַרף מען האָבן דעם דאָזיקן צונויפֿקום בכלל?
אַחוץ די אָן אַ שיִער רעפֿעראַטן וועגן דער ייִדישער געשיכטע און קולטור פֿון תּנ”ך ביזן פּלמ”ח, די פֿײַערדיקע דרשות וועגן דער צוקונפֿט פֿון ייִדישע לימודים, און דיסקוסיע-טישן וועגן דעם אָדער יענץ (זיכער, נאָר די סאַמע וויכטיקע טעמעס!), זענען אויך דאָ, פֿאַרשטייט זיך, די קאָרידאָרן. דאָרטן, הינטער די קוליסן, פֿירט מען בפּועל-ממש די עכטע „געשעפֿטן‟ פֿון דער אינדוסטריע: די „דזשאַב‟־אינטערוויוען, די טרעפֿונגען מיט די ביכער־פֿאַרלאַגן, די פּריזן־צעטיילונגען, די ערנסטע געשפּרעכן און די רכילותן. באַמערקט מען נישט די לאַנגווײַליקייט, אָדער „אַזוי ווערט דער ייִאוש מער באַקוועם‟ (אויב צו ציטירן חנוך לעווין).
וואָס שײַך די פּריזן, האָבן הײַיאָר באַקומען דעם „דזשאָרדען שניצער בוך־פּריז‟ דרײַ מענטשן: דער היסטאָריקער דוד שניר, פֿון קאָלאָראַדאָ־אוניווערסיטעט אין באָולדער, האָט באַקומען דעם פּריז פֿאַר זײַן בוך „דורך סאָוועטישע ייִדישע אויגן: פֿאָטאָגראַפֿיע, מלחמה און דער חורבן‟ (Through Soviet Jewish Eyes: Photography, War, and the Holocaust), וואָס עקזאַמינירט די ייִדישע פֿאָטאָגראַפֿן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. שניר אַרגומענטירט, אַז דער פֿאַקט, וואָס בעת די צווייטע וועלט־מלחמה האָבן די ייִדן דאָמינירט אין דער פֿאָטאָגראַפֿיע־פּראָפֿעסיע, שפּילט אַ ראָלע אין די פֿאָטאָגראַפֿיעס גופֿא. איז דאָ טאַקע אַ מין ייִדישער אופֿן פֿון „אַ קוועטש טאָן‟ דאָס קנעפּל פֿונעם פֿאָטאָגראַפֿישן אַפּאַראַט? צי די ייִדישע אויגן באַמערקן שאַרפֿער זאַכן פֿון דער גוייִשער וועלט? לויט דוד שניר, איז דער ענטפֿער — יאָ. ערשטנס, האָט עס צו טאָן מיטן סטאַטוס פֿון אַ ייִדן, ווי אַ מינדערהייט; און צווייטנס, ווײַל זייערע פֿאָטאָגראַפֿיעס זאָגן עדות אויפֿן ייִדישן חורבן.
די אַנדערע געווינערס: נתנאל דויטש, אַ היסטאָריקער פֿון קאָליפֿאָרניע-אוניווערסיטעט אין סאַנטאַ-קרוז, פֿאַר זײַן בוך „דער ייִדישער שוואַרצער קאָנטינענט: לעבן און טויט אין דעם רוסישן תּחום-המושבֿ‟ (The Jewish Dark Continent: Life and Death in the Russian Pale of Settlement), וואָס באַהאַנדלט די עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס פֿון ש. אַנ־סקי פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה. דער דריטער געווינער, פּראָפֿעסאָר אפֿרים קאַנאַרפֿויגל פֿון ישיבֿה-אוניווערסיטעט, איז געוואָרן זייער עמאָציאָנעל בײַם קריגן דעם פּריז (פֿאַר זײַן בוך „די אינטעלעקטועלע געשיכטע און רבנישע קולטור פֿון מיטל-עלטערישן אַשכּנז‟ ,The Intellectual History and Rabbinic Culture of Medieval Ashkenaz). ער קוקט שטאַרק אַרויס אויף זײַן מאַמעס רעאַקציע, בשעת זי וועט זען אים אויף דער פֿאָטאָגראַפֿיע, האַלטנדיק זײַן גלעזערנעם „טראָפֿיי‟. עס קומט אַלע דרײַ געווינערס אַ האַרציקער מזל-טובֿ!
ווי געוויינטלעך, זענען אויך פֿאָרגעקומען סעסיעס געווידמעט די ייִדיש-לימודים. אויף איין סעסיע מיטן טיטל „אַבראַמאָוויטש, שלום־עליכם און מאַנגער: וועגן פֿאַרשרײַבן די ביאָגראַפֿיעס פֿון ייִדישע מחברים‟, האָבן דרײַ פֿאָרשערינס פֿאָרגעשטעלט זייערע ווערק, וואָס געפֿינען זיך אין פֿאַרשידענע שטאַפּלען פֿון גרייטקייט.
אַ גוטן רושם האָט געמאַכט די אַרבעט פֿון אפֿרת גל-עד פֿון דעם „הײַנריך הײַנע‟־אוניווערסיטעט אין דיסעלדאָרף. גל-עד, אַ ישׂראל־געבוירענע, וואָס איז געוואָרן אַ קינסטלערין אין דײַטשלאַנד און אַ מחברטע פֿון קינדער-ליטעראַטור אויף דײַטש, האָרעוועט שוין אַ היפּש-ביסל יאָרן איבער דער ביאָגראַפֿיע פֿונעם גרויסן פּאָעט איציק מאַנגער. זי האָט דערציילט וועגן דער גרויסער צאָל אַרכיוון איבער דער וועלט, וואָס זי האָט געדאַרפֿט באַזוכן אין גאַנג פֿון איר פֿאָרש-אַרבעט. אָבער די אייגנאַרטיקייט פֿון איר ווערק קומט דווקא צום אויסדרוק דורך דעם אופֿן פֿון פּרעזענטירן און אַראַנזשירן אירע דאָקומענטן און אַנדערע מינים אַרכיוו-מאַטעריאַלן.
גל-עד האָט באַשלאָסן, אַז זי וויל בשום-אופֿן נישט פּראָדוצירן נאָך סתּם אַ ביאָגראַפֿיע — פֿונעם וויגעלע ביזן קבֿר, אָנגעשריבן אין דעם סטאַנדאַרטן פּראָזע-סטיל (וואָס זי פֿאַרגלײַכט צו זאָגן אַ ליגן). אין איר פֿאַל ווערן די דאָקומענטן אַליין פֿאַרשפּרייט אויף דעם בלאַט, וואָס איז כּלומרשט פֿון גמרא גענומען געוואָרן, שאַפֿנדיק דערמיט אַזאַ קאָלירפֿולן קאָלאַזש פֿון טעקסטועלע פֿראַגמענטן. אויף אַזאַ אופֿן שמעלצן זיך מאַנגערס לעבן און זײַן זאַפֿטיקע פּאָעזיע צונויף, כּדי אָפּצופֿרישן דעם ביאָגראַפֿישן זשאַנער. די באַטייליקטע האָבן געהאַט די געלעגנהייט צו זען נאָר אַן אויסצוג פֿון דער אַרבעט, וואָס האָט שוין אויפֿגעוועקט דעם חשק צו האַלטן אין די הענט דאָס גאַנצע בוך.
די אַנדערע צוויי רעדנערינס, סוזאַן קלינגנשטײַן פֿון „האַרוואַרד‟ און אָלגאַ ליטוואַק פֿון „קלאַרק‟, האָבן דערציילט וועגן זייער פֿאָרש־אַרבעט איבער די ביאָגראַפֿיעס פֿון שלום־עליכם (וואָס ליטוואַק זאָגט צו עפּעס צו באַנײַען, נעמענדיק אין חשבון, אַז ס׳איז נאָר וואָס אַרויס זײַן ביאָגראַפֿיע אויף ענגליש), און פֿון אַבראַמאָוויטש אויף דײַטש. איז דאָ טאַקע וואָס צו לייענען!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.