אין אַפּריל האָט אַ פּשוטער גלעזערנער קאַסטן אין בערלין אַרויסגערופֿן אַ ממשותדיקן פּראָטעסט בײַ ייִדן און נישט־ייִדן איבער דער וועלט. אינעווייניק, אויף אַ באַנק, איז במשך פֿונעם יאָר געזעסן אַ ייִדישער וואָלונטיר און געענטפֿערט פֿראַגעס, וואָס די פֿאַרבײַגייער האָבן אים געשטעלט. דער ציל פֿונעם עקספּאָנאַט איז געווען אַרומצורעדן די סטערעאָטיפּן וועגן ייִדן, און ענטפֿערן אויף פֿראַגעס וועגן דער איבערלעבונג פֿון וווינען ווי אַ ייִד אין דײַטשלאַנד. אָבער בײַ אַ צאָל קריטיקער איז עס באַצייכנט געוואָרן, פּראָסט־און־פּשוט, ווי אַ „צירק־אַטראַקציע‟.
דער „ייִד אין אַ קאַסטן‟ איז אָבער געווען בלויז איינע פֿון אַ לאַנגער סעריע קולטורעלע געשעענישן, וואָס זענען הײַיאָר פֿאָרגעקומען אין בערלין, ווי אַן אופֿן אָפּצומערקן 80 יאָר זינט די נאַציס האָבן פֿאַרכאַפּט די מאַכט אין 1933; דאָס 75סטע יאָר זינט „קרישטאָלנאַכט‟, און דעם סוף פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. די סעריע פֿון בערך 900 אונטערנעמונגען האָט מען אָנגערופֿן „די צעשטערונג פֿון אַ פֿילפֿאַרביקער געזעלשאַפֿט. בערלין 1933־1938־1945. אַ שטאָט דערמאָנט זיך.‟
דער פּראָיעקט איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דער מלוכישער אָרגאַניזאַציע „קולטור־פּראָיעקט בערלין‟ און געשטיצט פֿונעם „קולטור־קאַפּיטאַל פֿאָנד‟, דער „דײַטשער לאָטעריע־פֿונדאַציעס פֿון בערלין‟ און פּריוואַטע שטיצער. צווישן די געשעענישן איז געווען אַן אויסשטעלונג, „ייִדישע קעראַמיקער פֿון דײַטשלאַנד נאָך 1933‟, ווי אויך ליטעראַרישע רעציטאַציעס און טורן, וואָס ווײַזן ווי פֿאַרשידנאַרטיק איז געווען די קולטורעלע און פּאָליטישע וועלט פֿון בערלין פֿאַר יאַנואַר 1933. אין געוויסע ערטער, וואָס האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אונטער די נאַציס — למשל, די שול, וווּ מע האָט טרענירט די „געשטאַפּאָ‟ און „עס־עס‟־אָפֿיצירן, אין דער געגנט שאַרלאָטענבערג — האָט מען, סוף־כּל־סוף, אויפֿגעהאָנגען אַ טאָוול, וואָס באַערט די קרבנות פֿון די נאַציס. מע האָט דאָרט אויך אָפּגערייניקט די 5,000 „שטאָלפּערשטיינער‟ — גאָלדענע הזכּרה־שטיינער אויפֿן טראָטואַר, וואָס רעכענען אויס די נעמען פֿון די דערמאָרדעטע געוועזענע אײַנוווינער.
די רירנדיקסטע מאָמענטן האָט מען אָבער געפֿונען אויף די גאַסן. אויף 11 ערטער איבער דער שטאָט זענען געהאָנגען איבער 200 פּאָרטרעטן פֿון קינסטלער, וויסנשאַפֿטלער, שרײַבער, פּאָליטיקער און אַנדערע פֿיגורן, וועלכע זענען גערודפֿט געוואָרן פֿון די נאַציס, אַרײַנגערעכנט אַלבערט אײַנשטיין און חנה אַרענדט, וועלכע זענען ביידע אַנטלאָפֿן קיין אַמעריקע, ווי אויך קורט זינגער, דער פֿירער פֿון דער „ייִדישער קולטור־ליגע‟, וועלכער איז אומגעקומען אין טערעזין אין 1944.
דאָס אַוועקשטעלן די פּאָרטרעטן אין פּאָפּולערע פּלעצער, ווי די אײַנקויף־צענטערס, האָט געגעבן די פֿאַרבײַגייער אַ מעגלעכקייט אָפּצוגעבן כּבֿוד די קרבנות, וואָס זיי וואָלטן מסתּמא נישט געטאָן, ווען מע וואָלט די פּאָרטרעטן אויפֿגעהאָנגען אין אַ מוזיי. די פּנימער פֿון די גערודפֿטע גלײַך אין מיטן פֿון די פֿאַרהאַוועטע גאַסן פֿון בערלין, האָבן געדינט ווי שטילע עדות פֿון דער שרעקלעכער ווירקונג, וואָס דער נאַצי־רעזשים האָט געהאַט אויף דער דײַטשער געזעלשאַפֿט מיט 80 יאָר צוריק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.