דער אונגערן־געבוירענער פּיאַניסט אַנדראַש שיף האָט דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת געפּראַוועט זײַן 60סטן געבוירן־טאָג מיט אַ ספּעציעלן קאָנצערט אין לאָנדאָן.
אויף דער פֿראַגע, פֿאַר וואָס האָט ער נישט געפֿײַערט די וויכטיקע געשעעניש אין זײַן היימלאַנד, האָט אַנדראַש געענטפֿערט, אַז דאָס וואָלט געווען געפֿערלעך. „מע האָט מיך שוין געוואָרנט, אַז אויב איך וועל פֿאָרן אַהין, וועט מען מיר אָפּהאַקן ביידע הענט,‟ האָט שיף געזאָגט.
שיף, וועלכער איז אַן עפֿנטלעכער קריטיקער פֿון דער רעכט־ליניקער רעגירונג פֿון וויקטאָר אָרבאַן, און בפֿרט אירע באַציִונגען מיט דער אַנטיסעמיטישער „דזשאָביק־פּאַרטיי‟, האָט דערקלערט, בעת אַן אינטערוויו מיט דער „בי־בי־סי‟: „ס׳איז הײַנט נישט קיין גוטער מצבֿ אין אונגערן.‟
ווי אַ בײַשפּיל, האָט שיף דערמאָנט דאָס אויפֿשטעלן לעצטנס אין צענטער פֿון בודאַפּעשט אַ סטאַטוע פֿון מיקלאָש האָרטי, דער פֿירער פֿון אונגערן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. שיף האָט אים באַצייכנט ווי אַ מלחמה־פֿאַרברעכער, צוליב זײַן ראָלע אין דער דעפּאָרטאַציע פֿון אַ האַלבן מיליאָן ייִדן אין די נאַציסטישע אומברענג־לאַגערן.
„אָבער נישט בלויז די רעגירונג איז שולדיק אין דעם איצטיקן שווערן מצבֿ אין אונגערן,‟ האָט שיף צוגעגעבן. „די ציווילע לײַט ווײַזן בכלל נישט אַרויס קיין מוט. מע האָט מורא זיך אַנטקעגנצושטעלן.‟
שיף ווערט הײַנט אָפֿט באַצייכנט ווי דער גרעסטער מוזיקער אין אונגערן, זינט בעלאַ באַרטאָק און זאָלטאַן קאָדײַ, צוויי באַרימטע קאָמפּאָזיטאָרן בעת דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. אויף זײַן קאָנצערט די וואָך, האָט שיף געשפּילט אַ פּראָגראַם מיט צוויי ווערק, וואָס ווערן פֿאַררעכנט בײַ די עקספּערטן ווי צוויי די שווערסטע צום שפּילן: באַכס „גאָלדבערג־וואַריאַנטן‟ און בייטהאָווענס „דיאַבעלי־וואַריאַנטן‟.
שיף האָט עמיגרירט פֿון אונגערן אין 1979, אָנגענומען עסטרײַכישע בירגערשאַפֿט אין 1987, און געוואָרן אַ בירגער פֿון ענגלאַנד אין 2001.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.