הערט צו, רבותי: קינוואַ איז כּשר לפּסח. דער „אָרטאָדאָקסישער פֿאַרבאַנד‟ („OU‟), די גרעסטע כּשרות-אָרגאַניזאַציע אין דער וועלט, האָט געמאָלדן די פֿאַרגאַנגענע וואָך, אַז די פּאָפּולערע פּראָדוקטן, געמאַכט פֿון קינוואַ, וועלן באַקומען אַ פּסחדיקן הכשר.
במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט, איז אין די פֿרומע קהילות אָנגעגאַנגען אַ מחלוקת, צי מע מעג עסן פּסח דעם דאָזיקן פֿלאַנץ. ס׳איז זיכער נישט קיין עכטער חמץ און אַפֿילו נישט קיין תּבֿואה בכלל. למעשׂה, געהערט קינוואַ צו דער זעלבער משפּחה פֿון פֿלאַנצן, ווי שפּינאַט און בורעק.
אינעם יאָר 2007, האָט די כּשרות־אַגענטור „סטאַר־קיי‟, אַ קאָנקורענט פֿון „OU‟, אָנגעהויבן צו געבן הכשרים אויף פּסחדיקע פּראָדוקטן מיט קינוואַ. דער „אָרטאָדאָקסישער פֿאַרבאַנד‟ האָט זיך אָבער דעמאָלט אָפּגעזאָגט דאָס צו טאָן, טענהנדיק, אַז דער דאָזיקער פֿלאַנץ קאָן באַלאַנגען צו דער קאַטעגאָריע פֿון קטניות — אַזוי ווי אַרבעס אָדער קוקורוזע, וואָס לויטן אַשכּנזישן מינהג טאָר מען נישט עסן צוליב ענלעכקייט צום עכטן חמץ.
אין פֿאַרגלײַך מיט אַזעלכע באַקאַנטע מינים קטניות, ווי רײַז אָדער פֿאַסאָליעס, האָבן אַ סך אַשכּנזישע שוין לאַנג באַשלאָסן, אַז קינוואַ טויג יאָ פֿאַר פּסחדיקע מאכלים. די אומבאַוויליקייט מצד „OU‟ צו געבן אַ הכשר האָט אַרויסגערופֿן אַ מחלוקת. אין מאַרץ, האָט זיך אויפֿן „פֿייסבוק‟ באַוויזן אַ ספּעציעלע גרופּע מיטן נאָמען „די ליגע פֿון קינוואַ־שטיצער‟, וועלכע פֿאַרטיידיקט די שיטה, אַז קינוואַ דאַרף זײַן כּשר־לפּסח.
הרבֿ מנחם גענאַק, דער פֿאַרוואַלטער פֿונעם הכשר־אָפּטייל בײַם „אָרטאָדאָקסישן פֿאַרבאַנד‟, האָט געזאָגט, אַז ער פֿאַרשטייט גאַנץ גוט די מעלות פֿון קינוואַ. פּסח איז די צײַט, ווען ייִדן מוזן אויסמײַדן אַ סך פּראָדוקטן, וועלכע זיי עסן במשך פֿון אַ גאַנץ יאָר. פֿאַרוואָס זאָל מען נאָך מער באַגרענעצן די ליסטע פֿון כּשרע מאכלים, ווען עס זענען דאָ גוטע סיבות צו געבן אין דעם פֿאַל אַ היתּר?
אינעם יאָר 2012, האָט „OU‟ געשיקט אין דרום־אַמעריקע אַ ספּעציעלן שליח, הרבֿ שושן גורי, צו באַקוקן די קינוואַ־פּלאַנטאַציעס און צו באַטראַכטן דעם סטאַטוס פֿונעם דאָזיקן פֿלאַנץ. גורי האָט אַכט מאָל באַזוכט דעם ראַיאָן און אויסגעפֿונען, אַז קינוואַ־פּלאַנטאַציעס זענען גענוג ווײַט פֿון די פֿעלדער, וווּ עס וואַקסן די חמצדיקע מינים תּבֿואה. נאָך דער גאַנצער ריי פֿאָרשונגען, האָט גענאַק באַשלאָסן צו געבן אַ הכשר — אָבער בלויז בתּנאַי, אַז אַ משגיח בודק זײַן די „פּסחדיקע‟ קינוואַ־פּלאַנטאַציעס. וואָס שייך זײַן אייגענער משפּחה, האָט דער פֿאַרוואַלטער באַמערקט, אַז ער איז נישט זיכער, צי זײַן פֿרוי וועט אַרײַנלאָזן קינוואַ־פּראָדוקטן אין איר שטוב פּסח־צײַט.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז גורי, בעת זײַנע נסיעות קיין דרום־אַמעריקע, האָט זיך אויך אַקטיוו באַטייליקט אין דער טעטיקייט לטובֿת יעקבֿ אָסטרײַכער — אַ ניו־יאָרקער פֿרומער געשעפֿטסמאַן, וועלכער איז אַרעסטירט געוואָרן מיט צוויי יאָר צוריק אין באָליוויע, אָפּגעזעסן דאָרטן אין טורמע, און האָט זיך לעצטנס אויף אַ מיסטעריעזן אופֿן אומגעקערט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.