דעם 25סטן דעצעמבער הייבן זיך אָן אין מאָסקווע די אונטערנעמונגען געווידמעט דעם אָנדענק פֿונעם דיכטער אָסיפּ מאַנדעלשטאַם. ער איז ניפֿטר געוואָרן דעם 27סטן דעצעמבער 1938, מיט 75 יאָר צוריק. עס וועלן דורכגעפֿירט ווערן אַן אויסשטעלונג, אַן עקסקורסיע, און און מע וועט פֿאָרלייענען לידער לעבן מאַנדעלשטאַמס דענקמאָל אין צענטער פֿון מאָסקווע. די הויפּט־געשעעניש איז די קאָנפֿערענץ, וואָס הייבט זיך אָן דעם 25סטן דעצעמבער און קומט פֿאָר אינעם נײַעם ייִדישן מוזיי. אין איר נעמען אָנטייל די מיטגלידער פֿון מאַנדעלשטאַם־געזעלשאַפֿט, פֿילאָלאָגן, איבערזעצער, לינגוויסטן (בתוכם געלערנטע פֿון וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע) און דיכטער. די רעפֿעראַטן אַנאַליזירן די ליטעראַרישע אײַנפֿלוסן אויף מאַנדעלשטאַמס דיכטונג, וועגן איבערזעצונגען פֿון מאַנדעלשטאַמס לידער אויף אַנדערע שפּראַכן און וועגן ייִדישע קאָנטעקסטן אין זײַנע ווערק. דעם 26סטן דעצעמבער וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט אין מאַנדעלשטאַמס אָנדענק: אינעם ערשטן טייל ווערן אויסגעפֿירט מוזיקאַלישע ווערק, וואָס מאַנדעלשטאַם דערמאָנט אין זײַנע לידער און פּראָזע, און אינעם צווייטן טייל ווערן געזונגען לידער אויף מאַנדעלשטאַמס פּאָעזיע.
דעם 24סטן דעצעמבער איז אינעם נײַעם ייִדישן מוזיי אין מאָסקווע אָפּגעהאַלטן געוואָרן אַ רעפֿעראַט וועגן דער ייִדישער מוזיק. דער מחבר פֿונעם רעפֿעראַט איז מאַרק קאָוונאַצקי, אַ מוזיקער און אַ קאָמפּאָזיטאָר, איינער פֿון די אָנפֿירער פֿונעם מאָסקווער קלעזמערישן פֿעסטיוואַל „ייִדיש־פֿעסט‟. ער האָט אַנאַליזירט צוויי ריכטונגען אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער מוזיק — קלעזמער און חזנות — און באַטאָנט די ראָלע, וואָס מוזיק האָט געשפּילט אינעם חתונה־מינהג, אויף דער לוויה, וכדומה; און וועגן באַזונדערע קלעזמערישע טראַדיציעס, ווי למשל, אַ מינהג צו שפּילן אָן נאָטן. די רייד איז אויך געגאַנגען וועגן דעם אײַנפֿלוס פֿון קלעזמער־מוזיק אויף דזשעז און מאַסן־מוזיק. די לעקציע האָט געהאַט אַ גרויס דערפֿאָלג.
די הויפּט־נײַעס אין רוסלאַנד זענען די וואָך פֿאַרבונדן מיט די סאַמע באַרימטע פּאָליטישע אַסורים וואָס צוויי פֿון זיי זענען ייִדן. דעם 20סטן דעצעמבער האָט דער פּרעזידענט פּוטין געחתמעט זײַן באַגנעדיקונג פֿון מיכאַיִל כאָדאָרקאָווסקי, נאַדעזשדאַ טאָלאָקאָניקאָוואַ און מאַריאַ אַליאָכינאַ. די באַגנעדיקונג איז צוגעפּאַסט געוואָרן צו די 20 יאָר פֿון דער רוסלענדישער קאָנסטיטוציע, אָבער פֿאַר אַלעמען איז אַזאַ באַשלוס געווען גאַנץ אומדערוואַרט. די פּראָצעסואַלע פּראָבלעם באַשטייט אין דעם, וואָס אַ באַגנעדיקונג קען באַקומען נאָר דער אַרעסטירטער, וואָס האָט אָנערקענט זײַן שולד און די דאָזיקע באַגנעדיקונג געבעטן. נישט כאָדאָרקאָווסקי און נישט די פֿרויען האָבן פּוטינען וועגן גאָרנישט ניט געבעטן. רעדנדיק וועגן כאָדאָרקאָווסקיס פֿאַל, איז מען משער, אַז דאָס איז אַן ענין פֿון געלט — די רייד גייט וועגן אַ צונויפֿרעד צווישן כאָדאָרקאָווסקין און דער מלוכה.
אַלע דרײַ אַסורים זענען שוין באַפֿרײַט געוואָרן. טאָלאָקאָניקאָוואַ און אַליאָכינאַ האָבן זיך אומגעקערט צוריק קיין מאָסקווע; כאָדאָרקאָווסקי אָבער איז אַוועק פֿון רוסלאַנד און וויל זיך מער אַהער ניט אומקערן. ער געפֿינט זיך איצט אין בערלין. אויפֿן פֿליפֿעלד האָט אים באַגריסט דער געוועזענער אויסערן־מיניסטער פֿון דײַטשלאַנד האַנס־דיטריך גענשער. כאָדאָרקאָווסקי האָט באַדאַנקט אים און די קאַנצלערין אַנגעלאַ מערקעל פֿאַר זייערע באַמיִונגען אים ראַטעווען פֿונעם לאַגער. זונטיק דעם 22סטן דעצעמבער האָט ער צונויפֿגערופֿן אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ אין בערלין.
כאָדאָרקאָווסקי האָט דערקלערט, אַז ווײַטער באַשעפֿטיקן זיך מיט פּאָליטיק און ביזנעס וועט ער נישט. וועגן מער זאַכן האָט ער ניט געוואָלט רעדן כּל־זמן זײַן קאָלעגע פּלאַטאָן לעבעדיעוו בלײַבט נאָך אין תּפֿיסה. ער האָט דערמאָנט, אַז אין רוסלאַנד זײַנען געבליבן אַ סך פּאָליטישע אַסורים, און אַרויסצושלעפּן זיי איז די אויפֿגאַבע פֿון יענע, וואָס זענען אויף דער פֿרײַ.
טאָלאָקאָניקאָוואַ און אַליאָכינאַ האָבן דערקלערט, אַז די צײַט וואָס זיי זײַנען געזעסן אין תּפֿיסה, האָט ניט געביטן זייער פּאָזיציע, אַדרבה, געמאַכט זיי נאָך מער פֿאַרביסענע שׂונאים פֿונעם רעזשים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.