ידיעות פֿון לאָס־אַנדזשעלעס

News From Los Angeles

אַ סצענע פֿון דער נײַער פֿאָרשטעלונג, „עלאַ פֿיצדזשעראַלדבערג‟, וואָס פּרעזענטירט די ייִדישע „סווינג‟־מוזיק פֿון די 1940ער
אַ סצענע פֿון דער נײַער פֿאָרשטעלונג, „עלאַ פֿיצדזשעראַלדבערג‟, וואָס פּרעזענטירט די ייִדישע „סווינג‟־מוזיק פֿון די 1940ער

פֿון מירי קאָראַל

Published December 26, 2013, issue of January 17, 2014.

קאַבאַרעט־פֿאָרשטעלונג פֿון דער ייִדישער „סווינג‟־מוזיק

דעצעמבער האָט זיך אַנטװיקלט ווי אַ חודש פֿון אויסגעצייכנטע ייִדישע קולטור־אונטערנעמונגען דאָ אין דער שטאָט פֿון מלאכים. אפֿשר האָבן די מלאכים זיך טאַקע דערװעקט צו באַלויכטן עפּעס ייִדישלעך אין מיטן פֿון אַ סעזאָן, װאָס איז פֿול מיט קריסטלעכער פֿריילעכקייט.

ווי אַ צוגאָב צום ייִדישן „סטאַר־טור‟, דעם 8טן דעצעמבער, זענען מיט אַ װאָך שפּעטער פֿאָרגעקומען צװיי באַזונדערע פֿאָרשטעלונגען, װאָס האָבן דערקװיקט דעם ייִדיש־ליבנדיקן עולם. די איניציאַטיוו פֿאַר ביידע פֿאָרשטעלונגען איז געקומען פֿון יונגע היגע קינסטלער, װאָס האָבן געפֿונען אַ נײַע אינספּיראַציע פֿונעם ייִדישן קולטורעלן אוצר.

אין אַ קליינעם קאַבאַרעט אין האָליװוּד מיט אַ באַהאַלטענער טיר און אַ נאָמען, „עם באַר‟, װאָס איז אין גאַנצן ניט צו דערזען, האָט מען געקענט טרעפֿן, אויף אַ מאַגישער פֿאָרשטעלונג, „עלאַ פֿיצדזשעראַלדבערג‟. זיצנדיק צװישן רויטע סאַמעטענע ווענטלעך און בענקלעך, װאָלט מען געמיינט, אַז ס’איז די 1930ער אָדער 1940ער יאָרן, װען דזשאַז און ראָמאַנטישע לידער זענען געװען אין דער מאָדע.

און דאָס גערעם פֿונעם אָװנט, ווי אַ ראַדיאָ־פּיעסע, האָט טאַקע דערמאָנט אין אַ פֿאַרגאַנגענער צײַט — אַן אויטאָביאָגראַפֿישער אינטערװיו פֿון אַ געװעזענער ייִדישער זינגערין, די איינציקע װאָס איז איבערגעבליבן פֿון אַ טריִאָ „שװעסטער‟, וועלכע פֿלעגן, מיט גרויס דערפֿאָלג, זינגען אויף ייִדיש.

די מוזיקאַלישע טריִאָ איז אַ פֿיקציע, פּונקט ווי די פּערזענלעכקייט פֿון דער פֿרוי אַליין איז אַ פֿיקציע; אָבער זי לעבט אויף, דערציילנדיק װעגן איר קאַריערע און אינטימע קריזיסן, דורך די לידער, וואָס באַגלייטן די מעשׂה און געזונגען אַממיינסטנס אויף ייִדיש פֿון אַ דועט יונגע פֿרויען.

דער טעקסט איז גענומען פֿון פּאָעמעס, דערשינען אינעם היגן באַװוּסטן זשורנאַל „חשבון‟, אַרויסגעגעבן געוואָרן פֿונעם לאָס־אַנדזשעלעסער ייִדישן קולטור־קלוב צװישן 1946 און 2007. די דזשאַז־„סװינג‟־מוזיק איז נײַ־קאָמפּאָנירט פֿון דער זעלבער פֿרוי, װאָס האָט געשאַפֿן דעם גאַנצן אָװנט, אַ ישׂראל־געבוירענע יונגע קינסטלערין, טלי טאַדמאָר.

אַליין אַ פּיאַניסטקע, קאָמפּאָזיטאָרין, און שטים־לערנערין, האָט טאַדמאָר געהאַט באַקומען אַ סטיפּענדיע פֿון דער „פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישער (ד.ה. יודאַיִשער) קולטור‟, און אַ דאַנק דעם, האָט זי באַשאַפֿן די מוזיקאַלישע פּראָגראַם.

אינספּירירט פֿון דער ייִדישער „סװינג‟־מוזיק און טאַנץ אין די 1930ער און 1940ער יאָרן, האָט טאַדמאָר געפֿאָרשט די מאַטעריאַלן, װאָס זאָלן װערן דער יסוד פֿאַר אירע מוזיקאַלישע קאָמפּאָזיציעס. אַליין ניט קיין ייִדיש־רעדנדיקע, האָט זי, פֿונדעסטװעגן, געפֿונען אַ מיטל איבערצוזעצן אַ סך פֿון די לידער, װאָס זי האָט געפֿונען אינעם דיגיטאַליזירטן אַרכיװ פֿון „חשבון‟, װאָס דער „קאַליפֿאָרניער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער שפּראַך און קולטור‟ האָט צונויפֿגעשטעלט.

אויף די פּאָעמעס פֿון די אָרטיקע דיכטערס ה. רויזנבלאַט, פּינטשע בערמאַן, ז. בונין — ליבע־געזאַנגען צו קאַליפֿאָרניע און צו געליבטע, האָט טלי טאַדמאָר געװעבט איר פֿאָרשטעלונג, מיט דעם בוך געשריבן פֿון יונתּן מאַסענג.

אויף איין אָװנט האָט מען זיך דערמאָנט, אַז די ייִדישע זינגערינס האָבן געהאַט אַ ריזיקן דערפֿאָלג פֿאַר אַ ברײטן עולם, װי די באַרי־שװעסטער, און די פֿערזן פֿון די ייִדישע דיכטער האָבן אויפֿגעבליט אין דער פֿילבאַרער, לעבעדיקער מוזיק.


דראַמאַטישע פֿאָרלייענונג פֿון „דער דיבוק‟

צו מאָרגנס איז אין אַן אַנדערן טייל פֿון שטאָט, אינעם טעאַטער פֿון דער הויפּט־סאַנטאַ מאָניקאַ ביבליאָטעק פֿאָרגעקומען אַ דראַמאַטישע פֿאָרלייענונג פֿון דער באַװוּסטער ייִדישער פּיעסע, „דער דיבוק‟. אַדאַפּטירט פֿונעם באַרימטן אַמעריקאַנער דראַמאַטורג, טאָני קושנער פֿון ש. אַנ־סקיס קלאַסיש װערק און איבערגעזעצט פֿון יאָאַכים נויגרעשל, איז דאָס פֿאָרלייענען רעזשיסירט געװאָרן פֿון אַהרון העני.

אַהרון העני איז דער פּלימעניק פֿון פֿישל קוטנער, דער אָרגאַניזאַטאָר פֿונעם „אינטערנאַציאָנאַלן ייִדישן קלוב־פֿאַראײַן‟, און אויך דער רעדאַקטאָר פֿונעם צײַטבלאַט פֿון ייִדישלעכע נײַעסן, „דער בײ‟.

אַהרון העני איז דער גרינדער פֿון „טעאַטער דיבוק‟, אַ קונסט־אָרגאַניזאַציע, װאָס באַמיט זיך פֿאָרצושטעלן טעאַטראַלישע און טאַנץ־פּראָגראַמען, אינספּירירט פֿון אונדזער ייִדישן קולטורעלן קװאַל.

מיט 10 פֿײַנע אַקטיאָרן צו שפּילן די פֿאַרשיידענע ראָלעס, איז דאָס פֿאָרלייענען געװען לעבעדיק און טאַקע פֿולשטענדיק דראַמאַטיש. קושנערס אַדאַפּטאַציע איז געטרײַ דעם אָריגינאַלס סיפּור־המעשׂה און דער עיקרדיקער סטרוקטור; און דאָך, פֿאָרשט עס אויס געטלעכקייט און גלויבן אויף בולטע מאָדערנע אופֿנים. דער עולם — די װאָס זענען אי יאָ, אי ניט באַקאַנט מיט אַנ־סקיס װערק — קען אַרײַנבליקן אין דער ייִדישער געשיכטע און ייִדישער קולטור דורך אַ הײַנטצײַטיקער לינדז. און דאָס איז פּונקט װאָס דער יונגער אַהרון העני, מיט זײַן ליבשאַפֿט פֿאַר זײַן ייִדישער ירושה און זײַן שעפֿערישער אַרבעט, װיל דערגרייכן.

די ידיעות פֿון לאָס־אַנדזשעלעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.