מיט בערך פֿינף יאָר צוריק האָב איך געטראָפֿן אַן אַלטע חבֿרטע, וועלכע האָט הײַנט דרײַ דערוואַקסענע טעכטער. ווען איך האָב זיך נאָכגעפֿרעגט וועגן זיי, האָט זי מיר דערציילט, אַז אַלע האָבן חתונה געהאַט און זי האָט שוין אַ האַלבן טוץ אייניקלעך. איין טאָכטער וווינט אין לאָס־אַנדזשעלעס, די צווייטע — אין קליוולאַנד, און די דריטע — אין טאָראָנטאָ.
הערנדיק ווי די משפּחה איז הײַנט צעזייט־און־צעשפּרייט, האָב איך געפֿרעגט: „ביסטו אפֿשר אַנטוישט, וואָס זיי וווינען אַלע אַזוי ווײַט אַוועק?‟
„בכלל נישט!‟ האָט זי געענטפֿערט. „כ׳בין צופֿרידן, וואָס זיי האָבן דאָרט געפֿונען שטעלעס און געקענט קויפֿן הײַזער. ווען זיי וואָלטן געבליבן אין ניו־יאָרק, וואָלט זייער לעבן־סטאַנדאַרט זיכער געווען נידעריקער. ווי עס איז, פֿאָר איך סײַ־ווי צו יעדער פֿון זיי, צום ווייניקסטן, דרײַ מאָל אַ יאָר.‟
האָב איך האַלב־וויצלענדיק געענטפֿערט, אַז איך און מײַן מאַן האָבן נאָך מיט יאָרן צוריק געשטעלט אונדזערע דרײַ זין אַ תּקנה, אַז ווען זיי וואַקסן אויס, טאָרן זיי נישט וווינען מער ווי 60 מײַל אַוועק פֿון אונדז.
„וואַרט, וואַרט, ביז זיי וועלן חתונה האָבן,‟ האָט מײַן חבֿרטע געזאָגט. „וועסטו שוין דעמאָלט טראַכטן אַנדערש.‟
נו, ס׳איז איצט פֿינף יאָר שפּעטער; מײַן עלטסטער זון, יאַנקל, איז שוין פֿאַרקנסט, און איך מוז זאָגן, אַז מײַן מיינונג האָט זיך נישט געביטן אויף קיין האָר נישט. אינעם בנין פֿאַר עלטערע לײַט, וווּ מײַן מאַמע האָט ביז לעצטנס געוווינט, פֿלעג איך כאַפּן אַ שמועס מיט געוויסע אײַנוווינער, וואָס האָבן מיר דערציילט, אַז זיי זעען זייערע קינדער און אייניקלעך צוויי אָדער דרײַ מאָל אַ יאָר, און ס׳גיט מיר תּמיד אַ טיאָכקע בײַם האַרץ. בײַ מיר איז קלאָר ווי דער טאָג, אַז משפּחות וואָס האַלטן זיך נאָענט, סײַ געאָגראַפֿיש, סײַ עמאָציאָנעל, זענען געזינטער ווי די, וועלכע האָבן אַ קנאַפּן שײַכות איינער מיטן צווייטן; שוין אָפּגערעדט, איז דאָס וויכטיק בײַ די באַציִונגען צווישן באָבע־זיידע און די אייניקלעך.
לויט אַ וויכטיקער לאַנג־יאָריקער שטודיע, וואָס איז דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אויף דער יערלעכער קאָנפֿערענץ פֿון דער „אַמעריקאַנער סאָציאָלאָגישער אַסאָציאַציע‟ אין ניו־יאָרק, שפּילן באָבע־זיידע און זייערע דערוואַקסענע אייניקלעך אַ וויכטיקע ראָלע בײַם אויפֿהאַלטן דעם פּסיכישן געזונט פֿון ביידע. די פֿאָרשער האָבן אָבסערווירט 376 באָבעס און זיידעס, און 340 אייניקלעך, במשך פֿון 19 יאָר, און געקומען צום אויספֿיר, אַז אין די פֿאַלן, וווּ די באָבע־זיידע און די אייניקלעך האָבן זיך געפֿילט עמאָציאָנעל נאָענט איינער צום צווייטן, זענען געווען ווייניקער סימנים פֿון דעפּרעסיע בײַ ביידע גרופּעס.
„קרובֿים, מחוץ דער קערן־משפּחה, אַזוי ווי באָבע־זיידע און אייניקלעך, האָבן אַ וויכטיקע פֿונקציע אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן פֿון ביידע, סײַ בעת די אייניקלעך זענען קליין, סײַ ווען זיי זענען שוין אַליין דערוואַקסענע,‟ האָט דערקלערט סאַראַ מורמאַן, אַ סאָציאָלאָגיע־פּראָפֿעסאָרין אין באָסטאָן־קאָלעדזש, און די הויפּט־מחברטע פֿון דער שטודיע.
די באַציִונגען צווישן באָבע־זיידע און די אייניקלעך זענען הײַנט נאָך וויכטיקער ווי אַ מאָל — טענהט מורמאַן — ווײַל הײַנט איז דאָס אַריכות־ימים אַ סך העכער, קענען די דורות דעריבער בלײַבן נאָענט במשך פֿון אַ סך יאָרן. „הײַנט קען אַ באָבע אָדער זיידע דערלעבן דעם 40סטן געבוירן־טאָג פֿון זייער אייניקל — היסטאָריש איז דאָס באמת אַ נײַע זאַך.‟
במשך פֿון כּמעט 20 יאָר האָבן די באַטייליקטע אין דער שטודיע יעדע פּאָר יאָר אויסגעפֿילט אַנקעטעס, ענטפֿערנדיק אויף פֿאַרשידענע פֿראַגעס: ווי אָפֿט העלפֿט איין דור דעם צווייטן מיט דער הויז־ווירטשאַפֿט? ווי אָפֿט פֿירט דאָס אייניקל די באָבע אָדער דעם זיידן אין זײַן אויטאָ צום דאָקטער, אָדער אין סופּערמאַרק? ווי גוט קומען זיי אויס איינער מיטן צווייטן? מע האָט זיי אויך געפֿרעגט ווי אָפֿט לײַדן זיי פֿון סימפּטאָמען ווי, למשל, אומעט אָדער אַ שוואַכן אַפּעטיט.
איין וויכטיקער אויספֿיר פֿון דער שטודיע איז געווען, אַז די באַציִונגען צווישן די דורות זענען געזינטער, ווען באָבע־זיידע האָבן נישט בלויז געקראָגן הילף פֿון די אייניקלעך, נאָר האָבן די אייניקלעך אויך צוגעהאָלפֿן. די באָבעס און זיידעס, למשל, וועלכע האָבן פֿרײַ געגעבן עצות זייערע אייניקלעך, אָדער האָבן זיי געשאָנקען מתּנות פֿון צײַט צו צײַט, האָבן אַרויסגעוויזן ווייניקער סימפּטאָמען פֿון דעפּרעסיע, ווי די באָבעס און זיידעס, וואָס האָבן בלויז באַקומען הילף פֿון די אייניקלעך.
„יעדער האָט ליב צו פֿילן, אַז מע נייטיקט זיך אין אים, אַז מ׳איז פֿון אים אומאָפּהענגיק,‟ האָט מורמאַן געזאָגט, און געגעבן די דערוואַקסענע קינדער אַן עצה: „אַפֿילו אויב דײַן זײדע לעבט הײַנט בלויז פֿון זײַן פּענסיע און סאָצפֿאַרזיכערונג, און אַפֿילו אויב דו האָסט אַ גוט־באַצאָלטע שטעלע, לאָז אים דיר אויסשטעלן אַ טשעק אויף דײַן געבוירן־טאָג.‟
מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט די נײַעס־פּראָגראַם Sixty Minutes אינטערוויויִרט אַ גרויסע, צעצווײַגטע אַמעריקאַנער משפּחה, וווּ די באָבע־זיידע, קינדער, אייניקלעך און אור־אייניקלעך וווינען אַלע אינעם זעלבן שטעטל, און יעדן זונטיק אָוונט טרעפֿט זיך דער גאַנצער „שבֿט‟ — בערך 40 מענטשן — אויף אַ וועטשערע. מיר, די צוקוקער, האָבן געקענט זען, אַז דאָס עסן איז נישט געווען „גורמע‟ (סתּם היימיש־געבראָטענע הינדל, קאַרטאָפֿל און גרינסן) און אין שטוב איז געווען גאַנץ ענג (מע האָט אַרײַנגעקוועטשט אינעם גאַסטצימער פֿינף גרויסע טישן, און בײַ יעדן טיש זענען געזעסן 7־8 מענטשן), אָבער די שטימונג איז געווען לעבעדיק און פֿריילעך, בעת די באָבע־זיידע, קוזינען, עלטערן און קינדער האָבן געשמועסט, געלאַכט און פֿאַרבראַכט צוזאַמען.
„אָט דאָס וואָלט איך געוואָלט זען, ווען מיר האָבן אַליין אייניקלעך,‟ האָב איך דעמאָלט געזאָגט מײַן מאַן. „כ׳וואָלט אַפֿילו געווען גרייט צו קאָכן די גאַנצע סעודה.‟
נו, אפֿשר איז עס טאַקע בלויז אַ פֿאַנטאַזיע. דערווײַל האָבן מיר נאָך נישט קיין אייניקלעך, און ס׳איז מעגלעך, אַז מײַן חבֿרטע איז געווען גערעכט: מיט דער צײַט וועלן מיר אפֿשר טאַקע מוזן שלום מאַכן מיטן געדאַנק, אַז אונדזערע קינדער און אייניקלעך וועלן זיך אַריבערקלײַבן אין ווײַטע שטעט.
פֿון דער אַנדערער זײַט, בין איך גאָר נתפּעל, וואָס סײַ יאַנקל, סײַ זײַן כּלה, עמילי, פֿילן זיך אַליין זייער נאָענט צו זייערע באָבעס. זיי קלינגען זיי יעדע וואָך און פֿאָרן צו זיי עטלעכע מאָל אַ חודש; זיי פּלאַנירן אַפֿילו צו שטעלן די חופּה אינעם הויז פֿון עלטערע לײַט, וווּ עמיליס 96־יאָריקע באָבע ליליאַן וווינט.
אפֿשר טאַקע דערפֿאַר האָט ליליאַן דערגרייכט אַזאַ אַריכת־ימים: אַז אַ באָבע האָט אַן אייניקל, וואָס איז איר אַזוי געטרײַ, פֿאַרשאַפֿט עס איר זיכער נחת־רוח.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.