עטלעכע אינסטאַלאַטאָרן, וועלכע האָבן געהאַלטן אין מיטן פֿאַרריכטן אַ וואַסער־רין אין צענטער פּאָרטוגאַל, האָבן אַנטדעקט אַ קאָמפּלעקס פֿון 600־יאָריקע מיקוואָות.
די אַנטדעקונג איז פֿאָרגעקומען מיט עטלעכע חדשים צוריק אין דער שטאָט קוימברע, בעת די אינסטאַלאַטאָרן האָבן פֿאַרביטן די רערן פֿון אַן אַלטן בנין אינעם אַמאָליקן ייִדישן קוואַרטאַל פֿון דער אַלטער שטאָט, האָט מען דאָנערשטיק איבערגעגעבן אין אַ באַריכט אין דער טאָג־צײַטונג Publico.
זשאָרזש אַלאַרקאַאָ, אַן אַרכעאָלאָג, וואָס די רעגירונג האָט זיך מיט אים באַראַטן, האָט געזאָגט, אַז די סטרוקטורן זעען זיכער אויס ווי מיקוואָות, וואָס מע פֿלעגט בויען פֿאַר די ייִדישע פֿרויען פֿאַרן 14טן יאָרהונדערט.
„דאָס איז אפֿשר דאָס וויכטיקסטע אַרכעאָלאָגישע געפֿינס אין קוימבראַ פֿאַר די פֿאַרגאַנגענע 70 יאָר,‟ האָט דערקלערט דער בירגערמײַסטער פֿון דער שטאָט, מאַנועל מאַשאַדאָ.
לויט די היסטאָרישע דאָקומענטן, האָבן די ייִדן זיך באַזעצט אין קוימבראַ בערך אינעם יאָר 1370, אָבער די מיקוואָות האָט מען מעגלעך געניצט נאָך פֿאַר דעם, האָט אַלאַרקאַאָ געזאָגט. אויב די היסטאָריקער וועלן באַשטעטיקן, אַז זיי זענען טאַקע מיקוואָות, וועלן זיי מסתּמא באַצייכנט ווערן ווי די עלטסטע, וואָס מע האָט אַ מאָל אַנטדעקט אין אייראָפּע.
די מיקוואָות געפֿינען זיך אין אַ צימער מיט אַ גאָר אַלטער פֿרעסקע (וואַנט־מאָלערײַ) פֿון בלומען, גיט איבער Publico. די פֿרעסקע איז מסתּמא געמאָלט געוואָרן אינעם 16טן יאָרהונדערט, איידער די פּאָרטוגעזישע אינקוויזיציע האָט פֿאַרשיקט הונדערטער טויזנטער שפּאַנישע ייִדישע פּליטים און אָרטיקע ייִדן אין גלות, אָדער זיי גענייט זיך צו שמדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.