געוויסע מעלאָדיעס פֿאַרמאָגן אין זיך אַ כּוח, וואָס איז מסוגל עמאָציאָנעל צו פֿאַרכאַפּן; און דאָס איז אַ סך גרעסער ווי מע קאָן זיך פֿאָרשטעלן, אַרײַנקוקנדיק אינעם טעקסט. אַזעלכע לידער זענען ניט באַקאַנט פֿאַר זייער באַטײַט, נאָר צוליב דער ראָלע וואָס זיי שפּילן אינעם לעבן פֿון זייערע אָנהענגער. כּמעט יעדער איינער האָט אַזאַ ליד, וואָס איז אים ספּעציעל נאָענט, צוליב עפּעס אַ פּערזענלעכער סיבה, אָדער אַן אָנדענק, וואָס איז געקניפּט און געבונדן מיט אָט דעם ליד. אָבער נאָר אַ פּאָר טוץ לידער טראָגן אין זיך אַזוי פֿיל עמאָציע, וואָס פֿאַרשפּרייט זיך אין אַ גאַנצער געזעלשאַפֿט צי אַפֿילו לאַנד. און אַזוי ווײַט ווי איך ווייס, איז בײַ די אַמעריקאַנער דאָ נאָר איין ליד אַזאַ, וואָס מע זינגט עס אַפֿילו ניט אויף ענגליש — ראָבערט בורנס ליד „אַולד לאַנג סײַן‟, וואָס מע שפּילט עס אָנהייב נײַ יאָר.
געוויסע מענטשן האַלטן דאָס ליד, ווי דאָס באַקאַנסטע אויף דער וועלט. מע זינגט עס ניט בלויז אין מיטן פֿון סילוועסטער־נאַכט, נאָר אויך גאַנץ אָפֿט בײַ סיום־צערעמאָניעס אין די אוניווערסיטעטן, אויף לוויות, פֿאַר סאָלדאַטן, וואָס פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד, אַוועקצופֿאָרן אויפֿן פֿראָנט, און סתּם אין די טעג אַרום ניטל. מע האָט דאָס ליד געזונגען אין אַ סך פֿון די באַקאַנטסטע האָליוווּד־פֿילמען און אויף די לוויות פֿון זייערע „שטערנס‟. אַפֿילו בעת מײַנע יאָרן אין די אַמעריקאַנער „ייִנגל־סקויטן‟, האָט מען דאָס ליד זייער אָפֿט געזונגען בײַם שליסן אַ צוזאַמענפֿאָר, און יעדער איינער האָט, פֿאַרשטייט זיך, דעם ניגון געקענט.
וואָס איז באַזונדערס טשיקאַווע וועגן דעם ליד איז, אַז כאָטש כּמעט יעדער איינער קען עס, און ס׳האָט אַזאַ מעכטיקע עמאָציאָנעלע ווירקונג, ווייסן גאָר ווייניק, וואָס דאָס ליד באַטײַט, ווי אַזוי אַרויסצורעדן די ווערטער אָדער אַפֿילו אויף וואָס פֿאַר אַ שפּראַך מע זינגט עס. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס ס׳רובֿ מענשטן מיינען, אַז דאָס ליד איז אויף עפּעס אַן אַלטמאָדישן ענגליש, איז עס בכלל אויף אַ גאָר אַנדערער שפּראַך.
אַ סך מענטשן מיינען, אַז ענגליש האָט ניט קיין נאָענטע קרובֿ־שפּראַך, וואָס מע קען כּמעט פֿאַרשטיין אָן זי צו שטודירן (ווי דײַטש אַנטקעגן ייִדיש, און שפּאַניש אַנטקעגן פּאָרטוגעזיש), אָבער ענגליש האָט יאָ אַזאַ נאָענטע קוזינע — אַ שפּראַך, וואָס הייסט „בראַוד־סקאָטס‟, פֿאַרשפּרייט אין שאָטלאַנד. די געשיכטע פֿון שאָטלענדיש הייבט זיך אָן מיטן מיטל־ענגליש וואָס מע האָט גערעדט, מער־ווייניקער, ביז 1470. אין די 1200ער יאָרן האָט מיטל־ענגליש זיך צעטיילט אויף פֿאַרשידענע דיאַלעקטן, און די צוויי וויכטיקסטע פֿון זיי האָבן אין די קומענדיקע יאָרהונדערטער זיך קריסטאַליזירט ווי באַזונדערע שפּראַכן: ענגליש אין ענגלאַנד, און שאָטלענדיש אינעם פֿלאַכלאַנד פֿון שאָטלאַנד.
אַזוי ווי ענגליש, האָט שאָטלענדיש אין די 1500ער און 1600ער יאָרן פֿאַרמאָגט אַ גלענצנדיקע ליטעראַטור. כאָטש די ענגלישע ליטעראַטור האָט זיך אויסגעצייכנט מיט פּיעסעס און פֿאָרמעלע סאָנעטן (און אינעם פֿאַל פֿון שייקספּיר — ביידע מיט אַ מאָל), האָט די שאָטלענדישע ליטעראַטור זיך ספּעציעל אויסגעצייכנט מיט אירע פֿאָלקסלידער און באַלאַדעס. ביזן יאָר 1707, ווען שאָטלאַנד און ענגלאַנד זײַנען זיך צונאויפֿגעקומען, כּדי צו פֿאָרמירן דאָס „פֿאַראייניקטע קיניגרײַך‟, איז שאָטלענדיש געווען די שפּראַך ניט בלויז פֿון די פֿאָלקס־מאַסן אין 2/3 פֿונעם לאַנד, נאָר אויך די שפּראַך פֿון די געשריבענע געזעצן אין די געריכטן און שולן. די מלכים און מלכּות האָבן אַפֿילו גערעדט פֿאַר זייער אונטערטאַנשאַפֿט אויף שאָטלענדיש.
נאָכן פֿאַראייניקן זיך מיט ענגלאַנד, אָבער, איז דער גורל פֿון שאָטלענדיש אין גיכן געגאַנגען באַרג־אַראָפּ. כאָטש די פֿאָלקס־מאַסן האָבן זי ווײַטער גערעדט און מע רעדט זי אַ ביסל ביז הײַנט, האָט מען אויפֿגעהערט צו נוצן די שפּראַך אין די רעגירונג־אַנטשטאַלטן און מע האָט קיינעם ניט געלערנט, ווי אַזוי צו שרײַבן אָדער לייענען אויף איר. אַפֿילו אין דער צווייטער העלפֿט פֿון 20סטן יאָרהונדערט האָט מען באַשטראָפֿט קינדער, וואָס האָבן אַרויסגעבראַכט אויף דער צונג כאָטש איין וואָרט אויף שאָטלענדיש אין די שולן.
צוליב די רדיפֿות קעגן דער שפּראַך, האָבן ס’רובֿ מענטשן אין שאָטלאַנד באַמת אויפֿגעהערט צו רעדן אויף שאָטלענדיש. אַנשטאָט דעם רעדט מען הײַנט אַן ענגליש, וואָס טראָגט מיט זיך גאָר שטאַרקע השפּעות פֿון שאָטלענדיש, בפֿרט וואָס שייך איר פֿאָנאָלאָגיע. דער הײַנטיקער ענגליש אין שאָטלאַנד פֿאַרמאָגט אויך אַרום טויזנט ווערטער וואָס קומען פֿון שאָטלענדיש, און וואָס מע נוצט זיי ניט אין קיין אַנדערע ענגליש־רעדנדיקע לענדער.
שאָטלענדיש איז טשיקאַווע קודם־כּל פֿאַר די, וואָס פֿאַרשטייען ענגליש, ווײַל צומאָל הערט מען אַ זאַץ און עס קלינגט פּשוט ווי ענגליש מיט אַ מאָדנעם אַקצענט; און דערנאָך הערט מען נאָך אַ זאַץ און מע פֿאַרשטייט קוים אַ וואָרט. פֿאַר די וואָס קענען סײַ ענגליש, און סײַ ייִדיש, איז שאָטלענדיש בפֿירוש אינטערעסאַנט, ווײַל די שפּראַך פֿאַרמאָגט געוויסע ווערטער, געירשנטע פֿון אַלט־ענגליש, וואָס עקזיסטירן ניט אינעם מאָדערנעם ענגליש, אָבער וואָס האָבן גאָר נאָענטע קאָגנאַטן אויף ייִדיש.
אינעם ליד „אַולד לאַנג סײַן‟, למשל, געפֿינט מען די ווערטער: lang (לאַנג), braid (ברייט) און right (אַרויסגערעדט „ריכט‟, ריכטיק) וואָס זענען אין דער אמתן קלאָרער דעם ייִדיש־רעדער, ווי דעם קענער פֿון ענגליש. אַנדערע באַקאַנטע שאָטלענדישע ווערטער: „To ken‟ (צו קענען), hund (הונט), scrieven (שרײַבן), bicker (בעכער), fowk (פֿאָלק), kye (קו, אַרויסגערעדט „קי‟), און reek (רויך). ס’איז כּדאַי אויך צו באַמערקן, אַז מע רעדט אַרויס יעדע igh אויף שאָטלענדיש ווי „עכ‟. איז דאָס וואָרט knight (ריטער), למשל, רעדט מען אַרויס פּונקט ווי איר ייִדישן קאָגנאַט „קנעכט‟. דאָס וואָרט night רעדט מען אַרויס „נעכט‟.
דאָס ליד „אַולד לאַנג סײַן‟ האָט אָנגעשריבן ראָבערט בורנס אין 1788 אויפֿן סמך פֿון צוויי באַזונדערע פֿאָלקס־לידער. עס האַנדלט זיך, בעצם, וועגן צוויי חבֿרים, וואָס געזעגענען זיך איבער אַ פּינט ביר, אָבער דאָס ליד גיט אויך דאָס געפֿיל, אַז עס האַנדלט זיך מעטאַפֿאָריש וועגן גרעסערע טעמעס. געוויסע קריטיקער האַלטן, למשל, אַז דער רעפֿערענץ צו „ימען‟ איז אַן אופֿן צו דערמאָנען די פֿילצאָליקע אימיגראַנטן, וואָס האָבן צו יענער צײַט פֿאַרלאָזט שאָטלאַנד אויף אייביק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.