לאָס־אַנדזשעלעס. — דעם פֿאַרגאַנגענעם מײַ האָב איך געמאַכט אַ “יו־טוב‟־ווידעאָ צוזאַמען מיט דער ישׂראלדיקער אָרגאַניזאַציע “ראַבינער פֿאַר מענטשנרעכט‟, וואָס האָט פֿאַרגליכן די סצענע אין “פֿידלער אויפֿן דאַך‟, וווּ די ייִדן אין דער שלום־עליכם־מעשׂה ווערן פֿאַרטריבן פֿונעם רוסישן שטעטל אַנאַטעווקע — מיט דעם הײַנטיקן פֿאָרלייג פֿון דער כּנסת צו צווינגען 40,000 בעדויִנער זיך איבערצוציִען אויף אַ נײַ אָרט. אינעם ווידעאָ קענט איר זען די האַרץ־רײַסנדיקע צעשטערונג פֿונעם אומאָפֿיציעלן בעדויִנער שטעטל על־אַראַקיב.
דער פֿאָרלייג, באַקאַנט ווי דער “פּראַווער־בייגין פּלאַן‟, האָט מען שוין כּלומרשט צוריקגעצויגן, אַבער אַ כּנסת־קאָמיטעט האָט ווײַטער דעבאַטירט דעם געזעץ־פּראָיעקט, אַזוי אַז ס׳איז נאָך אַלץ דאָ אַ מעגלעכקייט, אַז מע וועט אים ווידער אויפֿלעבן. מע זעט שוין סימנים פֿון קלערן וועגן דורכפֿירן אַ נאָך האַרבערן געזעץ צו פֿאַרטרײַבן טויזנטער בעדויִנער פֿון זייערע וווינונגען אין מידבר.
שוין דורות לאַנג וווינען די בעדויִנער אויף זייער שטח פֿונעם נגבֿ. נאָך דער ישׂראלדיקער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה, ווען אַ טייל פֿון זיי האָבן אַפֿילו געקעמפֿט אין איינעם מיט די ייִדן צו גרינדן אַ נײַע מדינה, האָט מען אַ גרויסן טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג אויסגעוואָרצלט פֿון זייערע היימען און זיי איבערגעפֿירט אין אַ נישט־אַנטוויקלטן טייל פֿונעם נגבֿ.
די דערפֿער, וווּ די בעדויִנער האָבן זינט דעמאָלט געוווינט, זענען אָבער קיין מאָל נישט אָנערקענט געוואָרן פֿון דער רעגירונג, און האָבן דערפֿאַר נישט באַקומען די מלוכישע באַדינונגען ווי וואַסער, עלעקטריע אָדער נײַע וועגן. בעת די 1970ער האָט די רעגירונג דערלויבט באַזונדערע דאָרפֿסלײַט אָנצוגעבן תּבֿיעות אין געריכט, אַז דער שטח, וווּ זיי וווינען, איז זייערער. די פּראָצעסן האָבן זיך אָבער געצויגן יאָרן לאַנג, און צוויי־דריטל פֿון די אײַנוווינער האָט מען אָפּגעזאָגט.
מיט זעקס יאָר צוריק האָט די רעגירונג געשאַפֿן אַ קאָמיסיע, אָנגעפֿירט דורך אליעזר גאָלדבערג, אַ פּענסיאָנירטער ריכטער פֿונעם העכסטן געריכט, און אַ געוועזענער מדינה־קאָנטראָליאָר, צוצוגרייטן רעקאָמענדאַציעס וואָס שייך די פֿאַרמעגן־רעכט פֿון די בעדויִנער און זייערע נישט־אָנערקענטע דערפֿער. אין 2008 האָט די קאָמיסיע פֿאָרגעלייגט, אַז מע זאָל לעגאַליזירן די הײַזער און דערפֿער. די קאָמיסיע האָט אָבער נישט געהאַט קיין קאָנטראָל איבער דעם דורכפֿירן די רעקאָמענדאַציעס.
מיט אַ יאָר שפּעטער האָט די רעגירונג אָרגאַניזירט אַ צווייטן קאָמיטעט, אָנגעפֿירט פֿונעם געוועזענעם וויצע־הויפּט פֿונעם “נאַציאָנאַלן זיכערהייט־ראַט‟, אהוד פּראַווער, כּדי צונויפֿצושטעלן אַ דורכפֿיר־פּראָגראַם. דער קאָמיטעט האָט נישט אַרײַנגענומען קיין איין בעדויִנער און האָט זיך נישט באַראַטן מיט די בעדויִנער ייִשובֿים. דער פּלאַן, וואָס דער קאָמיטעט האָט לסוף צונויפֿגעשטעלט, רופֿט איבערצופֿירן אין ייִדישע הענט, צום ווייניקסטן, אַ העלפֿט פֿונעם שטח, וואָס די בעדויִנער האַלטן פֿאַר זייערן — בערך 25 דערפֿער, וווּ עס האָבן ביז איצט געוווינט צווישן 35,000 און 40,000 מענטשן, און גיבן די בעדויִנער אַ מינימאַלע קאָמפּענסאַציע דערפֿאַר. איין מיטגליד פֿונעם קאָמיטעט האָט אַפֿילו געזאָגט, אַז דער פֿאָרלייג איז צו ברייטהאַרציק, און די רעגירונג וואָלט געדאַרפֿט איבערנעמען דעם גאַנצן שטח.
בעני בייגין, אַ געוועזענער קאַבינעט־מיניסטער, וועלכער האָט לעצטנס פֿאַרלאָזט די כּנסת, האָט מען געגעבן די אַרבעט פֿון פֿאַרוואַנדלען דעם פּראַווער־פּלאַן אין אַ געזעץ־פּראָיעקט. ער האָט צוגעגעבן צום פּלאַן עטלעכע פּראָגראַמען פֿון אַנטוויקלען נײַע שטעט פֿאַר די בעדויִנער, וואָס זאָלן פֿאַרנעמען דאָס אָרט פֿון די ביז־איצטיקע אָרעמע שטעטלעך, וווּ די צאָל פֿאַרברעכנס איז אַ הויכע. כאָטש די פּרטים זענען דערווײַל נישט קלאָר, באַטראַכטן אָבער ס׳רובֿ בעדויִנער אין די 35 נישט־אָנערקענטע דערפֿער דעם “פּראַווער־בייגין־פּלאַן‟ מיט חשד. ווען מע האָט די אײַנוווינער פֿריִער אַריבערגעפֿירט אין נײַע ערטער, האָבן זיי דאָרט נישט געפֿונען גענוג אַרבעט־געלעגנהייטן, דערצו זענען די געזעלשאַפֿטלעכע באַדינגונגען געווען זייער שוואַך. אַנדערע בעדויִנער טענהן, אַז זיי ווילן ווײַטער לעבן אויף זייער שטייגער, צוליב קולטורעלע סיבות.
ישׂראל און די בעדויִנער בירגער געפֿינען זיך איצט בײַ אַ היסטאָרישן מאָמענט. מע קאָן ממשיך זײַן די פֿריִערדיקע פּאָליטיק, וואָס צעשטערט הײַזער און פֿעלדער און פֿאַרטרײַבט די בעדויִנער אין פֿרעמדע ערטער, אָדער רי רעגירונג קאָן באַשליסן דורכצופֿירן אירע פֿאָרלייגן פֿון דער “גאָלדבערג־קאָמיסיע‟. אַזוי וועט ישׂראל פֿאַרדינען דעם צוטרוי פֿון די בעדויִנער בירגער, און גרינדן אַ קאָנסטרוקטיווע פּראָגראַם צו אַנטוויקלען דעם נגבֿ פֿאַר אַלעמען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.