מײַן זיידן פֿון דעם טאַטנס צד האָב איך געזען בלויז דרײַ צי פֿיר מאָל – איצט געדענק איך שוין ניט פּינקטלעך די צאָל. און ס’איז ניטאָ בײַ וועמען עס צו פֿאַרפּינקטלעכן, ווײַל סײַ מײַן טאַטע, מיט וועמען איך האָב געמאַכט די נסיעות קיין מיזרח-בערלין, סײַ דער זיידע זײַנען שוין אַוועק.
אין די יאָרן צווישן ביידע מלחמות איז דער זיידע געווען, אויף וויפֿל איך פֿאַרשטיי, אַן אַגענט פֿון קאָמינטערן, דער עיקר אין דײַטשלאַנד און פּוילן. זײַנע נעמען (ער האָט געטראָגן עטלעכע) שווימען אַרויס דאָ און דאָרטן, אין זכרונות און אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען. די נאַצי-צײַטן האָט ער איבערגעלעבט אין שוועדן און רוסלאַנד. אָבער אין 1945 צי אַ ביסל שפּעטער האָט ער זיך באַזעצט אין מיזרח-בערלין.
קיין וואַרעמער מענטש איז דער זיידע ניט געווען. צו אונדז פֿלעגט ער זיך באַציִען גאַנץ טרוקן און איז אַלע מאָל געווען גלײַך ווי ניט צופֿרידן מיט די מתּנות, געבראַכטע פֿון „מערבֿ‟. מיט מיר האָט ער אין גאַנצן ניט גערעדט, דער שמועס איז געגאַנגען צווישן אים און דעם טאַטן. אָבער דאָס לעצטע מאָל האָט ער מיר פּלוצעם געזאָגט: „פֿאַרגעדענק עס: פֿאַר קיין מענטשן, בפֿרט פֿאַר קיין ייִדן, שטערט עס ניט צו האָבן עטלעכע פּעסער. לכל-הפּחות צוויי. און דאָס זעלבע איז מיט שפּראַכן. אָן ענגליש וועסטו זײַן אַ האַלב-קאַליקער.‟
איך האָב ניט פֿאַרשטאַנען אַקעגן וואָס די דאָזיקע ווערטער זײַנען דעמאָלט געזאָגט געוואָרן. אפֿשר איז עס געווען פֿאַרבונדן מיט זײַנע אייגענע איבערלעבענישן פֿון יענע טעג. אַזוי צי אַזוי, בין איך פֿאַרבליבן מיט איין פּאַס, אַבער שפּראַכן רעד איך עטלעכע. אין דעם הינזיכט בין איך געראָטן אין מײַן מאַמען, בעת דער טאַטע איז תּמיד געווען עקשנותדיק מאָנאָלינגוויסטיש.
אַ געבוירענער אין קאַטאָוויץ, איז דער טאַטע אויסגעוואַקסן אין אַ דײַטש-רעדנדיקער סבֿיבֿה פֿון מײַן באָבעס משפּחה. דער זיווג צווישן דער באָבען און דעם זיידן איז געווען אַ mésalliance. זי האָט געשטאַמט פֿון די היגע פּני, און ער איז געווען אַ פּראָלעטאַריער-שבפּראָלעטאַריער. קיין ריכטיק פֿאַמיליע-לעבן האָט זיך פֿון דעם „מעזאַליאַנס‟ ניט באַקומען. דער זיידע איז שטענדיק געווען אויף אַ שליחות אָדער פּשוט פֿאַרשפּאַרט אין תּפֿיסה.
וועגן מײַנע עלטערן קען מען זאָגן דאָס זעלבע – אַ מעזאַליאַנס. דער טאַטע האָט דאָך באַקומען אַ גוטע בילדונג, טיילווײַז אין דײַטשלאַנד. און די מאַמע האָט געשטאַמט פֿון פּראָסטע האָרעפּאַשניקעס. אָבער די מלחמה האָט זיי אויסגעגלײַכט. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס דער טאַטע האָט געהאַט ממש אַ קאַריקאַטוריש-ייִדישן פּנים, און די מאַמע איז געווען אַן אמתע אָריענטאַלישע יפֿת-תואר.
זיי האָבן זיך באַגעגנט אין 1947, אין ווראָצלאַוו. דעם טאַטן, אַ ניצול-געוואָרענעם קאַצעטניק, האָט מען געשטעלט אָנצופֿירן מיט אַן אונטערנעמונג, איינער פֿון די גרעסטע אין דער שטאָט. און די מאַמע איז דעמאָלט אָקערשט געקומען פֿון רוסלאַנד. בײַם אָנהייב האָבן זיי קאָמוניקירט אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן: דער טאַטע – אויף דײַטש, די מאַמע – אויף ייִדיש. אָבער צו דער צײַט, ווען איך בין אונטערגעוואַקסן, האָט אין אונדזער משפּחה שוין געקלונגען איין לשון – דײַטש. פּויליש האָט דער טאַטע באַהערשט נאָר אויפֿן שפּיץ מעסער און האָט עס אין גאַנצן אויסגעמעקט פֿון זײַן לעבן גלײַך נאָכן פֿאַרלאָזן פּוילן.
איך בין געבוירן געוואָרן אין אַ יאָר אַרום נאָך זייער חתונה. די מאַמע האָט מיך געוואָלט אַנרופֿן פֿײַוול, נאָך איר ברודער, וואָס האָט די מלחמה ניט איבערגעלעבט. אָבער דער טאַטע האָט געזאָגט „ניין‟, מחמת דאָס איז געווען ניט קיין ריכטיקער נאָמען פֿאַר יענער צײַט. ער האָט זיך פּונקט דעמאָלט משנה-שם געווען – פֿון גאָלדפֿאַרב אויף גאַלדאָווסקי. און איך בין געוואָרן פֿראַנצישעק. שפּעטער, שוין אין דײַטשלאַנד, האָב איך עס געביטן אויף פֿראַנק.
* * *
דעפּרעסיווע טעג פֿלעגן זיך בײַ מיר מאַכן פֿון יוגנט אָן. און זיי מאַכן זיך אַלץ עפֿטער אין די לעצטע יאָרן, בפֿרט – באַמערק איך – ווען איך פֿיל, אַז מײַן כּוח-הבֿרא ווערט אָפּגעשוואַכט. אין אַזעלכע טעג האָב איך פֿײַנט די גאַנצע וועלט, אָבער קודם-כּל זיך אַליין. מיר ווערט ניט גוט, ווען איך דערזע זיך אין שפּיגל, בײַם גאָלן זיך. די גענעטישע לאָטעריי האָט מיך געמאַכט פֿאַר אַ קאָפּיע פֿון דעם טאַטן. דער מאַמעס שיינקייט איז אין גאַנצן אַריבער צו מײַן ייִנגערער שוועסטער, וואָס וויל אַפֿילו ניט רעדן מיט מיר. איר און איר מאַן, אַ ראָש-ישיבֿה אין צפֿת, שטייט ניט אָן צו האָבן אַזאַ קרובֿ, מיט אַ קריסטלעכער פֿרוי.
אין די דעפּרעסיווע טעג מײַנע געפֿינט זיך אונטער מײַן חדש יעדער איינער. מיר דאַכט זיך, אַז די סטודענטן קוקן מיר אָן און טראַכטן דערבײַ: „וואָס וויל פֿון אונדז דער דאָזיקער ייִד?‟ און די קאָלעגן קוקן אויך אויף מיר אַנדערש איידער אויף אַזעלכע ווי זיי – אויף די ריכטיקע דײַטשן. מיט דער ערשטער פֿרוי, אויך אַ דײַטשישער, האָב איך זיך געגט, ווען זי האָט גענומען זיך וויצלען וועגן דעם, אַז איך בין ניט קיין געמלעטער. די צווייטע פֿרוי איז מיר געפֿעלן געוואָרן, דער עיקר, צוליב איר ערנסטקייט. אָבער צו מאָל שמייכלט זי, און איך האָב עס פֿײַנט. מיר דאַכט זיך, אַז מײַן אויסזען אָדער מײַן נוהג האָט דעם שמייכל אירן אַרויסגערופֿן.
איצט זײַנען מיר אין ניו-יאָרק. אויף מײַן שבת-יאָר האָט מען מיך פֿאַרבעטן צו לערנען אין קאָלאָמביע-אוניווערסיטעט. איך ווייס ניט פֿאַר וואָס, אָבער דעם טאַראַראַם, וועלכן מײַן ווײַב מאַכט ערבֿ-ניטל, פֿאַרטראָג איך דווקא דאָ ערגער ווי אין דײַטשלאַנד. הײַנט האָט זי לאַנג גערעדט וועגן די ליכטלעך אויפֿן ניטלבוים. זי האָט ליב עס זאָלן זײַן אמתע ליכטלעך, ניט קיין לעמפּלעך. אָבער אין אַמעריקע האַלט מען עס פֿאַר אַ געפֿערלעכער זאַך.
האָט זיך מיר שטאַרק געגלוסט צו זאָגן איר: „קיין אַנדערע דאגות זאָלסטו ניט האָבן‟. אַזוי פֿלעגט זאַגן די מאַמע. אין איר דײַטש פֿלעגט זי אַרײַנשטעלן אַ ביסל ייִדיש. אָבער מײַן ווײַב וועט עס ניט פֿאַרשטיין. שווײַג איך.
* * *
אָט דאָס האָט זיך מיר פּלוצעם פֿאַרוועלט צו דערציילן. עס בלײַבן נאָך אַ סך, זייער אַ סך זאַכן, וועגן וועלכע איך וועל בעסער מאַכן אַ שווײַג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.