הרבֿ לאָדי וואַן דע קאַמפּ איז נישט קיין געוויינטלעכער רבֿ. אין האָלאַנד איז ער אויך באַקאַנט ווי דער מחבר פֿון עטלעכע ביכער וועגן דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין האָלאַנד, און אויך פֿאַר זײַנע אָפֿטע אויפֿטריטן אין דער מעדיאַ.
דעם קומעדיקן אַפּריל וועט אַרויסגעלאָזט ווערן זײַן היסטאָרישער ראָמאַן, “דער ייִדישער שקלאַף‟, וואָס האָט שוין אַפֿילו פֿאַר דער פּובליקירונג, אַרויסגערופֿן אַ וויכּוח וועגן דער ראָלע פֿון די ייִדן אינעם שוואַרצן קנעכט־האַנדל.
דער ראָמאַן דערציילט ווי אַ ייִדישער סוחר אינעם 18טן יאָרהונדערט פֿאָרט מיט זײַן שוואַרצן שקלאַף קיין צפֿון־בראַזיל, כּדי צו פּועלן בײַ די אָרטיקע ייִדן אָפּצושטעלן זייערע אינוועסטיציעס אינעם שקלאַפֿן־האַנדל. בעת וואַן דע קאַמפּ האָט געפֿאָרשט די מאַטעריאַלן פֿאַר דעם בוך, האָט ער ערשט אויסגעפֿונען, ווי גרויס איז געווען די ייִדישע ראָלע אין דעם געשעפֿט. אין איין אָרט אין גאַיאַנאַ, וואָס איז אַמאָל געווען אונטער דער הערשאַפֿט פֿון האָלאַנד, האָבן, צום ווייניקסטן, 40 פֿון די פּלאַנטאַציעס געהערט צו ייִדן, און אין זיי האָבן געוווינט 50,000 קנעכט.
“געוויסע ייִדישע קהילות אין דרום־אַמעריקע האָבן פֿאַרדינט געלט, צום טייל, דורך שקלאַפֿערײַ, און דערנאָך האָבן זיי געבראַכט דאָס פֿאַרדינסט קיין האָלאַנד, וווּ די ייִדישע באַנקירן האָבן געהאַלטן אַן אויג אויף דעם,‟ האָט וואַן דע קאַמפּ דערקלערט. “אַוודאי, זענען נישט־ייִדן געווען פֿאַרמישט אין דעם געשעפֿט, אָבער ווי אַ ייִד, פֿיל איך זיך אַליין אַ ביסל שולדיק, וואָס די ייִדישע קהילות האָבן אויך דעמאָלט אָפּגעלעקט אַ ביינדל דערפֿון.‟
אינעם ראַיאָן, וואָס איז געווען באַקאַנט ווי “יאָדען־סאַוואַנע‟ אָדער “די ייִדישע סאַוואַנע‟, האָבן געוווינט עטלעכע הונדערט ייִדן, ביז די קנעכט האָבן דורכגעפֿירט אַן אויפֿשטאַנד אין 1832. נאָך דעם האָבן כּמעט אַלע פֿון די געוועזענע אייגנטימער אַרויסגעפֿאָרן קיין האָלאַנד, מיטברענגענדיק זייער נײַע עשירות.
אַ טייל פֿון דעם עשירות האָט מען געקענט זען פֿאַראַיאָרן אינעם קעלער פֿון דער “פּאָרטוגעזישער שיל‟ אין אַמסטערדאַם — אַן אויסשטעלונג, וואָס האָט געוואָלט ווײַזן ווי פֿאַרמעגלעך ס׳זענען געווען די אָרטיקע אימיגראַנטן. די אויסשטעלונג האָט אינספּירירט וואַן דע קאַמפּ אויסצוגעפֿינען, ווי אַזוי זענען די ייִדן געוואָרן אַזוי רײַך?
ער האָט אַנטדעקט, אַז אינעם קאַריבישן אינדזל קוראַקאַאָ האָבן די האָלענדישע ייִדן פֿאַרקויפֿט, צום ווייניקסטן, 15,000 שקלאַפֿן, וואָס די האָלענדישע הענדלער האָבן געבראַכט אַהין, גיט איבער סימאָר דרעשער, אַ היסטאָריקער בײַם “פּיטסבורגער אוניווערסיטעט‟. אין אַ געוויסער צײַט האָבן די ייִדן קאָנטראָלירט אַרום 17% פֿונעם קאַריבישן האַנדל אין די האָלענדישע קאָלאָניעס, האָט דרעשער געזאָגט.
די ייִדן האָבן געשפּילט אַזאַ וויכטיקע ראָלע אין די קאָלאָניעס, אַז די ליציטאַציעס צו פֿאַרקויפֿן די שקלאַפֿן האָט מען בכּיוון נישט דורכגעפֿירט אין אַ ייִדישן יום־טובֿ, האָט געזאָגט מאַרק לי רפֿאל, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע שטודיעס אינעם “קאָלעדזש פֿון וויליאַם און מערי‟.
דער “קנעכט־ענין” איז נישט דער ערשטער, וואָס הרבֿ דע קאַמפּ האָט אַרויסגעטראָטן אין שײַכות מיט אַ קאָנטראָווערסאַלער טעמע. פֿאַראַיאָרן האָט ער זיך עפֿנטלעך אַנטקעגנגעשטעלט אַ פּשרה, וואָס די האָלענדישע ייִדישע קהילה האָט דערגרייכט מיט דער רעגירונג וועגן כּשרער שחיטה. לויט דער פּשרה וואָלט דאָס שעכטן כּשר פֿלייש אַרײַנגענומען געוויסע באַגרענעצונגען, און אויסגעמיטן אַ פֿולשטענדיקן פֿאַרווער. וואַן דע קאַמפּ האָט אָבער פֿאַרדאַמט דעם אָפּמאַך, זאָגנדיק, אַז דאָס איז “אַן אומדערטרעגלעכער בראָך קעגן דער רעליגיעזער פֿרײַהייט‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.