אין מאַרקאָוואַ, אַ שטעטל אין דרום מיזרח־פּוילן, האָט מען אָנגעהויבן בויען אַ מוזיי פֿאַר „חסידי־אומות־העולם‟ — גויים וואָס האָבן געראַטעוועט ייִדן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה און ריזיקירט דערבײַ מיטן אייגענעם לעבן.
די עפֿענונג פֿון מוזיי איז געפּלאַנט אין צוויי יאָר אַרום.
דאָס איז דער ערשטער מוזיי פֿאַר חסידי־אומות־העולם אין פּוילן.
יוזעף אולמאַ, אַ מאַרקאָווער פּויער און זײַן ווײַב וויקטאָריאַ האָבן באַהאַלטן ייִדן בשעתן חורבן. דעם 24סטן מערץ 1944 האָבן די דײַטשן דערשאָסן יוזעף אולמאַ, זײַן טראָגעדיקע פֿרוי און זייערע זעקס קינדער אין איינעם מיט די ייִדן, וואָס זיי האָבן באַהאַלטן.
אַנדערע פּויערים אין דער געגנט וואָס האָבן אויך באַהאַלטן ייִדן, האָבן דעמאָלט רעאַגירט אויף צוויי פֿאַרשיידענע אופֿנים. אַ טייל — האָבן ווײַטער באַהאַלטן די ייִדן, און אַ טייל — האָבן זיי דערהרגעט, איידער די דײַטשן וועלן זיי געפֿינען.
אין פּוילן איז די שטראָף פֿאַר באַהאַלטן ייִדן געווען — טויט.
אַ דענקמאָל לכּבֿוד דער אולמאַ־משפּחה שטייט הײַנט אין מיטן שטעטל, און אין זייער אָנדענק האָט מען אויסגעקליבן דאָס שטעטל מאַרקאָוואַ פֿאַר דעם מוזיי. ער וועט זיך קאָנצענטרירן אויף פּאָליאַקן פֿון דער געגנט, וואָס האָבן געראַטעוועט ייִדן.
כּמעט 6,400 פּאָליאַקן זענען אָנערקענט געוואָרן ווי חסידי־אומות־העולם דורך „יד-ושם‟.
אין חודש דעצעמבער 1970 איז דער דעמאָלטיקער דײַטשישער קאַנצלער, ווילי בראַנדט, געקומען אויף אַ מלוכישן באַזוך קיין פּוילן. ער האָט אונטערגעשריבן אַ דאָקומענט, וואָס באַשטעטיקט, אַז דײַטשלאַנד פֿאָדערט נישט צוריק פֿון די פּאָליאַקן די געביטן, וואָס זענען געווען אַ טייל פֿון דײַטשלאַנד במשך פֿון הונדערטער יאָרן ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה, און וואָס יאָסיף סטאַלין האָט געגעבן די פּאָליאַקן במתּנה.
בראַנדט האָט אָבער דעמאָלט געמאַכט אויך אַ ספּאָנטאַן־זשעסט, וואָס ס‘האָט אים אָפּגעשאַצט די גאַנצע וועלט, חוץ דער דעמאָלטיקער פּוילישער מעדיאַ; זי האָט כּמעט נישט דערמאָנט. דהײַנו: ווילי בראַנדט, צוקומענדיק צום דענקמאָל פֿון די געטאָ-קעמפֿער, איז ער זיך פּלוצעם געפאַלן אויף די קני, און געבויגן דעם קאָפּ פֿאַר דער סקולפּטור.
שפּעטער האָט ער געזאָגט, אַז WAS MENSCHEN TUN WENN DI WORTE VERSAGEN, דאָס הייסט, ער האָט געטאָן דאָס, וואָס מענטשן טוען, ווען עס זענען נישטאָ קיין פּאַסיקע ווערטער, כּדי אויסצודריקן זייערע געפֿילן. אַגבֿ, די פּוילישע רעגירונג איז דער דאָזיקער זשעסט דעמאָלט שטאַרק נישט געפֿעלן געוואָרן. אַ סך פּאָליאַקן — סײַ דעמאָלט, סײַ הײַנט, האַלטן, אַז אַזוי אַז זיי האָבן געליטן פּונקט אַזוי ווי די ייִדן.
די קאָמוניסטישע פּראָפּאַגאַנדע אין ראַטן-פֿאַרבאַנד און אין דעם אַזוי־גערופֿענעם „סאָציאַליסטישן לאַגער‟ האָט כּמעט פֿאַרשוויגן היטלערס קריג קעגן די ייִדן. די אָפֿיציעלע ווערסיע איז געווען, אַז דער קאַמף בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה איז געווען צווישן קאָמוניזם און פֿאַשיזם. בכלל, האָבן די קאָמוניסטן ליב געהאַט צו רעדן וועגן די געפֿערלעכע דײַטשע רעוואַנשיסטן. אַ גוטער דײַטש, וואָס האָט געקעמפֿט קעגן היטלערן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה און געבעטן מחילה בײַ די ייִדן נאָך דער מלחמה, האָט נישט אַרײַנגעפּאַסט אין די ראַמען פֿון זייער אידעאָלאָגישע פּרינציפּן.
די דײַטשן גופֿא זײַנען אויך נישט געבליבן אַנטציקט פֿון דעם זשעסט. לויט אַן אַנקעטע פֿון דער וואָכנשריפֿט „דער שפּיגל‟ האָבן 48% פּראָצענט פֿון זיי געהאַלטן, אַז דער זשעסט איז געווען איבערגעטריבן.
עס זעט אויס, אַז לעך וואַלענסאַ, דער לעגענדאַרער פֿירער פֿון „סאָלידאַריטעט‟, דער פּשוטער עלעקטריקער, וואָס האָט געקעמפֿט קעגן דעם קאָמוניסטישן רעזשים און איז מנצח געווען, וועט בלײַבן אָן אַן „אָסקאַר‟. סע גייט אַ רייד נישט וועגן לעך וואַלענסאַ אַליין, נאָר וועגן אַ פֿילם, וואָס טראָגט זײַן נאָמען. אַנדזשיי ווײַדאַ האָט רעזשיסירט דעם פֿילם, און ער רעפּרעזענטירט פּוילן בײַם „אָסקאַר‟־פֿאַרמעסט. דעם פֿילם אָבער איז נישט געלונגען צו בלײַבן אינעם פֿאַרמעסט פֿאַרן יאָר 2014.
וואַלענסאַ, ווי מיר ווייסן, האָט יאָ באַקומען דעם נאָבעל־פּרײַז. מיט צוויי חדשים צוריק איז ער געווען אויף דעם צוזאַמנקום פֿון די נאָבעליסטן אין וואַרשע, וווּ וואַלענסאַ האָט דערקלערט, אַז די וועלט נייטיקט זיך אין אַ נײַעם דיאַלאָג, וואָס אַלע מענטשן, נישט קוקנדיק אויף זייער גלויבן, קענען אָננעמען. וואַלענסאַ האַלט, אַז אַזאַ מין מאָראַלישער קאָד איז איצט נייטיק מער ווי פֿריִער, אויב מיר ווילן ברענגען שלום אויף דער וועלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.