ווען מע קומט אַרײַן אין אַ טיפּישער ייִדישער קראָם, וואַרפֿט זיך אין די אויגן, אַז אַ סך פֿאַרשיידענע מתּנות און סוּווענירן זענען באַפֿאַרבט אין בלוי־ווײַסע קאָלירן. צום בײַשפּיל, האָט אַ צען־יאָריק ייִנגל נישט לאַנג צוריק געשאַפֿן אַן אייגנאַרטיקע מנורה, וואָס זעט אויס ווי אַן אינדיק, לכּבֿוד דעם צונויפֿפֿאַל פֿונעם אַמעריקאַנער דאַנק־טאָג מיט חנוכּה. זײַן ווערק איז געוואָרן גאַנץ פּאָפּולער. אויף דער פֿאָטאָ־גאַלעריע פֿון דער ספּעציעלער וועבזײַט, וווּ דער דאָזיקער סוּוועניר ווערט פֿאַרקויפֿט, דאָמינירן בלוילעכע און ווײַסלעכע שאַטירונגען. סײַ דאָס חנוכּה־לעמפּל גופֿא, סײַ די ליכט, סײַ דאָס רעקלאַמע־העמד מיט אַן מנורה און אַן אינדיק, זענען באַצירט מיט דער דאָזיקער קאָליק־קאָמבינאַציע.
די סיבה איז, אַוודאי, באַקאַנט. די פֿאָן פֿון מדינת־ישׂראל איז אַ בלוי־ווײַסע, דערפֿאַר ווערן די דאָזיקע פֿאַרבן הײַנט אָפֿט באַטראַכט ווי אַ נאַציאָנאַלער ייִדישער סימבאָל. ווען מע קוקט אָבער אַרײַן אין די קלאַסישע ספֿרים, וווּ עס ווערט פּרטימדיק באַהאַנדלט די טעמע פֿון מיסטישע קאָליר־סימבאָלן, באַקומט זיך גאָר אַן אַנדער קאָמבינאַציע.
די פֿאָן פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט, מיטן צענטער אין ביראָבידזשאַן, איז באַצירט מיט אַלע זיבן קאָלירן פֿונעם רעגנבויגן, וועלכע סימבאָליזירן אַ מנורה. הײַנט קאָן מען טרעפֿן אויך אין אַמעריקע חנוכּה־לעמפּ, וואָס זענען אויסגעפֿאַרבט אויף אַזאַ אופֿן. דאָס דינט אָבער נישט ווי אַ סימבאָל פֿונעם אומגעראָטענעם ביראָבידזשאַנער פּראָיעקט, נאָר גאָר פֿון די האָמאָסעקסואַלן.
פֿונדעסטוועגן, איז אינטערעסאַנט, אַז אַ ריי שפּעטערדיקע מקובלים האָבן טאַקע אַסאָציִיִרט די קני־המנורה מיטן די רעגנבויגן־קאָלירן. די צאָל זיבן איז בכלל זייער פֿולבאַדײַטיק אין ייִדישקייט און ווערט פֿאַרבונדן מיט כּלערליי ענינים, פֿון די געטלעכע ספֿירות און הימלישע קערפּערס ביז די עיקר־טיילן פֿונעם מענטשלעכן גוף און פּנים. הרבֿ יהושע־פֿאַלק־זאבֿ וואָלפֿסאָן, אַ בעסאַראַבער מקובל פֿונעם שטעטל פֿאַלטיטשען, וועלכער האָט אויך געפֿירט מיסטישע פֿאָרשונגען פֿון ייִדיש און אַנדערע שפּראַכן, הייבט אָן זײַן ספֿר „פּליאות החכמה‟ מיט אַ קבלהדיקן אַנאַליז פֿון די רעגנבויגן־קאָלירן, וועלכע ווערן, לויט אים, ווײַטער פֿאַרבונדן מיטן גאַנצן פּעקל פֿונעם ייִדישן „זיבנדיקן‟ סימבאָליזם. עס באַקומט זיך, אַז, לויט זײַן שיטה, שטימט די רעגנבויגנדיקע פֿאָן מיט קבלה און, ממילא, קאָן האָבן אַ ייִדישן טעם.
די צעטיילונג פֿונעם רעגנבויגן דווקא אויף זיבן קאָלירן איז אָבער נישט אַן אוניווערסאַלער פֿיזישער פֿאַקט, נאָר אַ פֿענאָמען פֿונעם מענטשלעכן באַנעם. אין אַזעלכע קלאַסישע קבלה־ספֿרים, ווי דער „זוהר‟, גייט כּסדר אַ רייד וועגן בלויז דרײַ יסודותדיקע קאָלירן: ווײַס, רויט און גרין. אין דער קבלה־ליטעראַטור איז פֿאַראַן פֿאַר דעם אַ ספּעציעלער אַראַמישער טערמין — „תּלתא גוונין‟. מע גיט צו אויך שוואַרץ, הגם דאָס איז בעצם אַ פֿינצטערער „אַנטי־קאָליר‟.
דער ווײַסער קאָליר ווערט אַסאָציִיִרט מיט דער גאָר הויכער געטלעכער וועלט — עולם־האצילות. במשך פֿון דער אַנטווילקונג פֿון די רוחניותדיקע וועלטן, ווערט דאָס געטלעכע ליכט צעשפּאָלטן, ווי דורך אַ פּריזמע. דער עולם־הבריאה, וווּ עס געפֿינט דער הייליקער כּסא־הכּבֿוד, ווערט אַסאָציִיִרט מיטן רויטן ליכט, און דער מלאכימדיקער עולם־היצירה — מיטן גרינעם. ווײַטער קומט עולם־העשׂיה, פֿאַרבונדן מיט אונדזער גשמיותדיקן עולם־הזה, אַסאָציִיִרט מיטן שוואַרצן קאָליר.
די זעלבע פֿאַרבן־גאַמע סימבאָליזירט דעם חילוק צווישן דער „ווײַסער‟ מידת־החסד, דער „רויטער‟ מידת־הגבֿורה און דער „גרינער‟ מידת־התּפֿארת, וועלכע רעפּרעזענטירט די דיאַלעקטישע האַרמאָניע צווישן די היפּוכדיקע כּוחות אינעם וועזן, ווי אויך אין דער מענטשלעכער נשמה. די „שוואַרצע‟ מידת־המלכות רעפּרעזענטירן, אינעם מענטשלעכן אַספּעקט, די פּראַקטישע רעאַליזאַציע פֿון געדאַנקען און געפֿילן.
על־פּי קבלה, ווערן די זעלבע קאָלירן אויך אַסאָציִיִרט מיט די קלאַסישע פֿיר עלעמענטן — פֿײַער, לופֿט, וואַסער און ערד — ווי אויך מיט די פֿיר מדרגות פֿונעם וועזן: מענטשן, בעלי־חיים, געוויקסן און אומבאַלעבטע זאַכן. די קאָליר־אַסאָציאַציעס זענען אין דעם פֿאַל גאַנץ פֿאַרשטענדלעך: די ערד און שוואַרץ, די פֿלאַנצן — גרין, אין די חיות פֿליסט דאָס רויטע בלוט, און אינעם מענטש, בחיר־הנבֿראים, שײַנט דאָס „ווײַסע‟ ליכט פֿונעם שׂכל.
משה קאָרדאָוועראָס ספֿר „פּרדס רמונים‟ איז אַ קלאַסישע ענציקלאָפּעדיע פֿון קבלה־ענינים. דער מחבר איז געווען אַ ספֿרדישער ייִד און געוווינט אין צפֿת. אין זײַן ווערק ווערן כּסדר באַהאַנדלט די דערמאָנטע יסודותדיקע פֿיר קאָלירן. צום בײַשפּיל, לויט זײַן סימבאָלישער סיסטעם, איז דער אות „יוד‟ אינעם באַשעפֿערס הייליקן נאָמען ווײַס, דער „הא‟ — רויט, דער „וואָוו‟ — גרין, און דער צווייטער „הא‟ — שוואַרץ.
קאָרדאָוועראָ זאָגט, אַז דער קאָליר „ירוק‟ ליגט אינמיטן צווישן ווײַס און רויט. ווי אַזוי קען דאָס זײַן? אין „פּרדס רמונים‟ שטייט עטלעכע מאָל גאַנץ קלאָר געשריבן, אַז „ירוק‟ איז דער קאָליר פֿון גראָז — גרין. פֿונדעסטוועגן, דערקלערט דער מחבר אויך, אַז עס זענען פֿאַראַן פֿאַרשיידענע שאַטירונגען פֿון דער דאָזיקער פֿאַרב, וואָס זעען אויס ווי „דאָס געלכל פֿון אַן איי‟. עס באַקומט זיך, אַז קאָרדאָוועראָ האָט אויפֿגענומען געל און גרין ווי צוויי וואַריאַנטן פֿונעם זעלבן קאָליר. צווישן ווײַס און רויט ליגט, לויט אים, געל.
אין אַ סך מענטשלעכע קולטורן איז טאַקע געווען לאַנג אָנגענומען אַזאַ קלאַסיפֿיקאַציע פֿונעם ליכט־ספּעקטאָר. למשל, דאָס ליטווישע וואָרט „zāle‟ („גראָז‟) שטאַמט פֿונעם זעלבן שורש, ווי דאָס ייִדישע וואָרט „געל‟. אין אַ צאָל שפּראַכן איז נאָך אַלץ נישטאָ קיין חילוק צווישן אָט־די צוויי קאָלירן. אַזוי צי אַזוי, איז דאָס לשון־קודשדיקע וואָרט „ירוק‟ עטימאָלאָגיש פֿאַרבונדן מיט געוויקסן און מיינט, בפּשטות, דעם גרינעם קאָליר פֿון די פֿלאַנצן. עס באַקומט זיך, אַז אין דער ייִדישער מיסטישער ליטעראַטור שפּילט סיסטעמאַטיש, במשך פֿון הונדערטער יאָר, אַ וויכטיקע ראָלע דווקא אָט אַזאַ ווײַס־רויט־גרין־שוואַרצע פֿאַרב־קאָמבינאַציע, אויף וועלכע עס ווערט באַגרינדעט גאָר אַ רײַכע און קאָמפּליצירטע טראַדיציע פֿונעם ייִדישן קאָליר־סימבאָליזם. אַ סבֿרא, אַז אַזעלכע גאַנץ טראַדיציאָנעלע קבלה־קאָלירן, אַסאָציִיִרט מיט די פֿיר אותיות פֿונעם הייליקן שם־השם, וואָלטן געטויגט פֿאַר עפּעס אַ ייִדישער קבלה־פֿאָן.
דער טשיקאַווער פּאַראַדאָקסט באַשטייט אין דעם, וואָס פּונקט די זעלביקע קאָלירן זענען שוין פֿאַרנומען בײַ אַ סך פֿעלקער און אין אַ סך לענדער, אַרײַנגערעכנט דעם גאַנצן מיטל־מיזרח, און ווערן באַטראַכט אין דער הײַנטיקער וועלט ווי אַ סימבאָל פֿון איסלאַם. די פּאַלעסטינער פֿאָן, צום בײַשפּיל, איז אינגאַנצן אויסגעהאַלטן על־פּי קבלה — אַחוץ דעם, וואָס דער ווײַסער טייל וואָלט געדאַרפֿט זײַן אויבן־אָן, דער שוואַרצער — אונטן, און דער רויטער — איבערן גרינעם.
פֿון וואַנען נעמט זיך אַזאַ ענלעכקייט? די פֿריִיִקסטע ייִדישע מיסטישע טעקסטן זענען אָנגעשריבן געוואָרן אין ארץ־ישׂראל און בבֿל, און די שפּעטערדיקע — אין דער מיטל־עלטערלעכער שפּאַניע און אַנדערע לענדער, וווּ עס האָט געהערשט פּונקט די זעלבע מיזרחדיקע קאָליר־טעאָריע. למשל, דער דערמאָנטער קלאַסישער קבלה־ספֿר, „פּרדס רמונים‟ איז אָנגעשריבן געוואָרן אין דער אָסמאַנישער אימפּעריע. לויט דער מוסולמענישער טראַדיציע, איז דעם באַשעפֿערס כּסא־הכּבֿוד באַשאַפֿן פֿונעם רויטן אַלדשטיין, און די וועלט פֿון מלאכים ווערט באַטראַכט ווי אַ גרינע. פּונקט אַזוי ווי בײַ ייִדן, איז בײַ די מוסלמענער דער גרינער קאָליר פֿאַרבונדן מיט אַהבֿה־וחסד, און דער רויטער — מיטן גבֿורה־כּוח. די צפֿתער מקובלים זענען זיכער געווען באַקאַנט מיט די אָרטיקע נישט־ייִדישע פֿאָלק־טראַדיציעס.
עס קאָן זײַן, אַז די קולטורעלע פֿאַרבינדונגען גייען נאָך ווײַטער. נאָך פֿאַרן ייִדישן גלות־בבֿל און פֿאַר דער פֿאַרשפּרייטונג פֿון איסלאַם, האָבן די זעלבע קאָלירן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין זאָראָאַסטריזם. עס קאָן אַפֿילו זײַן, אַז זיי שטאַמען נאָך פֿונעם אוראַלטן שנער און מצרים. דער אַלט־מיצרישער קאָליר־סימבאָליזם איז געווען טאַקע גענוג ענלעך סײַ צו די דערמאָנטע קבלה־אַסאָציאַציעס, ווי אויך צו דער מוסולמענישער טראַדיציע. אין פּרינציפּ, האָט די אַלט־מיצרישע קונסט געקאָנט איבערלאָזן אַ שפּור אין ביידע קולטורן.
אַחוץ די היסטאָרישע סיבות, קאָן זײַן אַן אַנדערע — פּסיכאָלאָגישע. לויט די פֿאָרשונגען פֿון ברענט בערלין און פּאָל קיי, פּובליקירט אין זייער בוך „די יסודותדיקע קאָליר־טערמינען: זייער אוניווערסאַלקייט און עוואָלוציע‟, באַמערקט דאָס מענטשלעכע אויג, צוערשט, דעם חילוק צווישן ווײַס און שוואַרץ — ליכטיקייט און פֿינצטערניש — און דערנאָך צווישן די עיקר־קאָלירן — רויטלעכע און גרין־געלבלעכע, פּונקט ווי אין דער דערמאָנטער שיטה פֿון רבי משה קאָרדאָוועראָ. די אַנדערע חילוקים זענען נישט אַזוי נאַטירלעך, און זענען אומבאַקאַנט אין אַ טייל שפּראַכן. אינעם תּנ״ך, צום בײַשפּיל, ווערט באַנוצט אַ מינימאַליסטישע קאָליר־טערמינאָלאָגיע, וועלכע שטימט טאַקע מיט בערלינס און קייס טעאָריע.
די „נאַציאָנאַלע קאָלירן‟ בײַטן זיך מיט דער צײַט און זענען, אין דער אמתן, אינגאַנצן רעלאַטיוו. להיפּוך, אויב די דערמאָנטע פּסיכאָלאָגיש־לינגוויסטישע פֿאָרשונגען זענען ריכטיק, שטעקט אינעם מענטשלעכן מוח אַ נאַטירלעכער ביאָלאָגישער מעכאַניזם, וואָס גיט אַ באַזונדערן אַכט אויף דער אָפּאָזיציע צווישן דעם „בלוטיקן‟ רויטן און דעם „לעבעדיקן‟ גרינעם קאָליר, ווי אויך, פֿאַרשטייט זיך, צווישן דער ווײַסער ליכטיקייט און שוואַרצן חושך.
אויב אַזוי, זענען די מקובלים גערעכט. עס קאָן זײַן, אַז בעת זייער מעדיטאַטיווע פּסיכאָלאָגישע פֿאָרשונגען האָבן זיי משׂיג געווען, אַז דער מענטשלעכער אויפֿנאַם פֿונעם ליכט־ספּעקטאָר הייבט זיך אָן פֿונעם דערקענען דעם אונטערשייד דווקא צווישן אָט־די קאָלירן. די מוסולמענישע סופֿי־מיסטיקער האָבן געקאָנט מאַכן דעם זעלבן אויספֿיר, אויפֿן יסוד פֿון זייערע אייגענע שׂכל־עקספּערימענטן.
אינעם טיבעטישן בודיזם שפּילן גרין און רויט אויך אַ וויכטיקע ראָלע, און רעפּרעזענטירן פֿאַקטיש די זעלבע היפּוכדיקע מידות און נאַטור־עלעמענטן, הגם פֿאַר דער טיבעטער רעליגיעזער קונסט זענען וויכטיק נאָך צווישן פֿאַרבן: בלוי און געל. די מקובלים באַטראַכטן זיי אויך אין פֿאַרברייטערט קבלה־סכעמעס פֿון פֿאַרב־אַסאָציאַציעס. די מיסטעריעזע ענלעכקייט גייט אָבער נאָך טיפֿער: אין די טיבעטישע מעדיטאַציעס, ווערט דער רויטער קאָליר אָפֿט אַסאָציִיִרט מיטן טראַף „האַ‟, און דער גרינער — מיט „או‟, דהײַנו — מיט „הא‟ און „וואָוו‟, פּונקט ווי בײַ ייִדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.