ערבֿ־שבת, בעת מײַן באַזוך פֿון ביכאַראַ, אוזבעקיסטאַן, ביז איך געגאַנגען דאַוונען אין דער אָרטיקער שיל. דאָס איז געווען מײַן צווייטע צוויי נסיעה אין דער דאָזיקער היסטאָרישער שטאָט זינט די 1990ער יאָרן, ווען אוזבעקיסטאַן האָט מיט עטלעכע יאָר פֿריִער דערקלערט אומאָפּהענגיקייט פֿונעם פֿאַנאַנדערגעפֿאַלענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד; צווישן די אָרטיקע 35,000 ייִדן האָט זיך אָנגעהויבן אַ מאַסן־אימיגראַציע קיין אַמעריקע און ישׂראל. דעמאָלט ביז אין געווען אַן אַספּיראַנט און געשריבן אַ דאָקטאָראַט אין קולטורעלער אַנטראָפּאָלאָגיע. מיט מײַנע אייגענע אויגן, האָב איך געזען, ווי איינע פֿון די עלטסטע ייִדישע קהילות אין דער וועלט גייט אונטער.
הײַנט, מיט 15 יאָר נאָך מײַן ערשטן באַזוך, האָב איך דערזען אין בוכאַראַ גאָר אַן אַנדער סיטואַציע. בלויז בערך 70 ייִדן וווינען הײַנט אין דער שטאָט. יעדן ערבֿ־שבת קומט אין דער אָרטיקער שיל זיך צונויף אַ קנאַפּער מנין. וואָס וועט זײַן, האָב איך געטראַכט, מיט די היסטאָרישע ייִדישע דענקמעלער אין דער דאָזיקער געגנט, וווּ ייִדן האָבן געוווינט, לויט די היסטאָרישע השערות, במשך פֿון מער ווי 2000 יאָר? עס קאָן זײַן, אַז מיט דער אַלטער שיל וועט געשען די זעלבע מעשׂה, ווי מיטן „אַקבאַר־הויז‟ — אַ געוועזענער ייִדישער בנין, וואָס ציט צו די טוריסטן צום געוועזענעם ייִדישן קוואַרטאַל פֿון בוכאַראַ.
צום ערשטן מאָל, נאָך אַן עצה פֿון מײַנעם אַ פֿרײַנד, האָב איך באַזוכט דאָס „אַקבאַר־הויז‟ אינעם יאָר 1997. אַ מוסולמענישע פֿרוי מיטן נאָמען מאַסטוראַ, צוזאַמען מיט איר מאַן, אַקבאַר, האָט דעמאָלט פֿאַרקויפֿט פֿאַרשיידענע אָרטיקע סוּווענירן. זײַענדיק אַן אָרעמער סטודענט, האָב איך דעמאָלט גאָרנישט בײַ זיי נישט געקויפֿט.
הײַנט איז דאָס דערמאָנטע הויז געוואָרן אַ שטאָטישע מערקווירדיקייט. מאַסטוראַ האָט מיר דערציילט, אַז פֿריִער האָבן דאָרטן געוווינט צוויי ייִדישע משפּחות — איבראַגימאָוו און יאַסאַיעוו. זי אַליין, אַ טאַדזשיקישע מוסולמענישע פֿרוי, איז געווען איינע פֿון די בעסטע חבֿרטעס פֿון ביידע משפּחות. ווען דער ראַטן־פֿאַרבאַנד איז זיך צעפֿאַלן, האָבן די אײַנוווינער באַשלאָסן אַוועקצופֿאָרן און פֿאַרקויפֿט איר זייער הויז.
דאָס פּאָרפֿאָלק האָט פֿאַרוואַנדלט דאָס הויז אין אַ ייִדישן מוזיי. אַקבאַר האָט געזאַמלט פֿאַרשיידענע ייִדישע חפֿצים, אַרײַנגערעכנט אַלטע ספֿרים און אַפֿילו עטלעכע ספֿר־תּורות. די בעלי־ביתטע דערלאָזט די געסט צו באַקוקן די זאַמלונג בתּנאַי, אַז זיי וועלן זיך אויך באַקענען מיט די פֿאַרשיידענע אויסגענייטע סחורה־ווערק — טישטעכער, ציכלעך, טעפּעכער און בעט־דעקן — וועלכע זי מאַכט אויף איר אייגענער קליינער פֿאַבריק. כּמעט יעדער באַטייליקטער אין אונדזער גרופּע האָט עפּעס געקויפֿט — דאַכט זיך, בסך־הכּל, אויף אַ נישקשהדיקער סומע פֿון אַרום 450 דאָלאַר.
עס קאָן זײַן, אַז די אַנדערע געוועזענע ייִדישע הײַזער, אַרײַנגערעכנט די שיל, וועלן זיך, מיט דער צײַט, אויך פֿאַרוואַנדלען אין אַזעלכע פּריוואַטע מוזייען. צו זייער גליק, האָבן די הײַנטיקע בעלי־בתּים פֿונעם „אַקבאַר־הויז‟ זיך געגעבן אַן עצה און געשאַפֿן אַ טוריסטישע אַטראַקציע, וואָס דערמעגלעכט זיי אַליין צו לעבן און אונטערצוהאַלטן דעם קליינעם ייִדישן מוזיי. עס קאָן זײַן, אַז די אַנדערע אָרטיקע מוסולמענער וועלן נאָכמאַכן דעם דאָזיקן מוסטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.