דער עקאָנאָמישער אָפּטייל פֿון דער צײַטונג „האָרץ‟ — „TheMarker‟ — האָט איבערגעגעבן, אַז אַ צאָל ישׂראלדיקע טעכנאָלאָגישע און שוץ־פֿירמעס, פּרוּוון צו ווירקן אויף דער רעגירונג, זי זאָל פֿאַרגרינגערן דעם עקספּאָרט פֿון ישׂראל קיין כינע.
לויט דעם אַנאָנימען אינפֿאָרמירטן קוואַל פֿון דער דאָזיקער ידיעה, האָבן אַ צאָל ישׂראלדיקע פֿירמעס, וואָס ווילן פֿאַרקויפֿן זייערע פּראָדוקטן אין כינע, שוין באַקומען אַ הסכּמה פֿונעם עקאָנאָמיע־ און אויסערן־מיניסטעריום, ווי אויך פֿון בנימין נתניהוס ביוראָ. אַ טייל פּאָליטיקער זענען גרייט צו באַטראַכטן מעגלעכע בשותּפֿותדיקע פּראָיעקטן מיט די כינעזישע פֿירמעס, ווי אויך צו דערמעגלעכן דעם עקספּאָרט פֿון געוויסע ציווילע שוץ־טעכנאָלאָגיעס, וואָס קאָנען אויסגענוצט ווערן פֿאַר מיליטערישע צוועקן.
דער ישׂראלדיקער שוץ־מיניסטעריום איז אָבער געשטימט קעגן אַזעלכע פּלענער. אינעם יאָר 2012, האָט ישׂראל פֿאַרקויפֿט מיליטערישע סחורה אויף אַ סומע פֿון 7.5 מיליאַרד דאָלאַר. די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט אָבער געבעטן נישט צו פֿאַרקויפֿן געוויסע שוץ־פּראָדוקטן אין כינע און אַ צאָל אַנדערע לענדער. צום בײַשפּיל, וואַשינגטאָן האָט געגעבן די ישׂראלדיקע פֿירמעס אַ רשות צו בויען אָנפּילאָטיקע עראָפּלאַנען בשותּפֿות מיט רוסלאַנד; מיט אַ יאָר שפּעטער, אָבער, האָבן די אַמעריקאַנער אינסטאַנצן געשטערט דעם פּלאַן אויסצושטאַטן די אינדישע מיליטערישע עראָפּלאַנען מיט נײַערע טעכנאָלאָגיעס.
דער דרוק מצד דער אַמעריקאַנער רעגירונג שטערט שטאַרק אַלע ישׂראלדיקע טעכנאָלאָגישע קאָמפּאַניעס, אַרײַנגערעכנט די, וואָס זענען נישט פֿאַרבונדן מיט די שוץ־ענינים. די פֿירמעס גלייבן, אַז דער שוץ־מיניסטעריום איז אויך פֿאַראינטערעסירט צו פֿאַרברייטערן דעם עקספּאָרט, האָפֿנדיק צו באַקומען פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן אַן אומאָפֿיציעל דערלויבעניש צו פֿאַרקויפֿן אין אויסלאַנד געוויסע ספּעציפֿישע מינים סחורה. פֿונדעסטוועגן, זענען די שוץ־אינסטאַנצן איצט פֿאַרנומען מיט ישׂראל־אַמעריקאַנער פֿאַרהאַנדלונגען וועגן נײַע בשותּפֿותדיקע וואָפֿן־סיסטעמען און אַנדערע ענינים פֿון סטראַטעגישער קאָאָפּעראַציע. דעריבער, זענען זיי נישט גרייט אין איצטיקן מאָמענט צו באַטראַכטן דעם עקספּאָרט אין כינע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.