צװײ רוסיש־ייִדישע דענקער, לעװ שעסטאָװ (שװאַרצמאַן) (1866—1938) און מאַקס אײטינגאָן (1881—1943), האָבן פֿאָרגעשטעלט צװײ װיכטיקסטע אינטעלעקטועלע שטרעמונגען פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, דעם פּסיכאָ־אַנאַליז און דעם פֿילאָסאָפֿישן עקזיסטענציאַליזם. בײדע האָבן זיי געלעבט אין מערבֿ־אײראָפּע נאָך דער רוסישער רעװאָלוציע, אָבער אין פֿאַרשידענע מאַטעריעלע באַדינגונגען. בעת שעסטאָװ, װי דאָס רובֿ רוסישע עמיגראַנטן, האָט געפּראַװעט גלות אין דלות אין פּאַריז, האָט אײטינגאָן געלעבט ברחבֿותדיק אין בערלין, װוּ ער האָט געהאַט אַ גרויסע מעדיצינישע פּראַקטיק און געפֿירט אַנדערע געשעפֿטן.
די קאָרעספּאָנדענץ צװישן שעסטאָװ און אײטינגאָן, װאָס איז אַרױס אין מאָסקװע אונטער דער רעדאַקציע פֿון פּראָפֿעסאָר װלאַדימיר חזן, דערצײלט אַ סך װעגן דעם טאָג־טעגלעכן לעבן פֿון דער רוסיש־ייִדישער אינטעליגענץ אין דער אימיגראַציע. באַזונדערס ניצלעך זײַנען די קאָמענטאַרן פֿון פּראָפֿעסאָר חזן, װאָס דערקלערן די סאַמע קלענסטע פֿאַקטישע פּרטים און פּסיכאָלאָגישע שאַטירונגען פֿון די קעגנזײַטיקע באַציִונגען. אין די בריװ טרעפֿט מען ביז גאָר פֿאַרשידענע נעמען, פֿון שלום אַש ביז די רוסישע מאָנאַרכיסטן, װאָס זאָגט עדות װעגן דעם, װי נאָענט זײַנען געװען די פּערזענלעכע קאָנטאַקטן אין יענער סבֿיבֿה.
שעסטאָװ האָט געהאַט אַ טיפֿן אינטערעס אין פֿרױדס טעאָריע, און אײטינגאָן איז געװען אײנער פֿון פֿרױדס געטרײַסטע תּלמידים. אָבער דער יסוד פֿון שעסטאָװס פֿילאָסאָפֿיע איז געװען דער עקזיסטענציאַלער פּעסימיזם: ער האָט געגלייבט, אַז דער מהות פֿון מענטשלעכן קיום איז טראַגיש, און קײן שום טעראַפּעװטישער מעטאָד קאָן דאָס ניט מתקן זײַן. אײטינגאָן האָט זײער געשעצט שעסטאָװן װי אַ מענטש און אַ דענקער, און האָט אים געהאָלפֿן מאַטעריעל, צומאָל אַפֿילו שטילערהײט. ער האָט געשטיצט פֿאַרשידענע אױסגאַבעס פֿון שעסטאָװס װערק.
אײטינגאָנס פּרעכטיקע װילע אין דער רײַכער בערלינער געגנט טירגאַרטען איז געװען אַ װיכטיקער צענטער פֿונעם רוסישן קולטורעלן לעבן. צװישן די אַרײַנגײער זײַנען געװען ניט נאָר אינטעלעקטואַלן װי שעסטאָװ, אָבער אױך אַקטיאָרן, אַמאָליקע צאַרישע גענעראַלן, שרײַבער — און צװישן זײ אױך אַ פּאָר סאָװעטישע אַגענטן. אין די לעצטע יאָרן האָט מען אַ סך געשריבן װעגן דער משפּחה אײטינגאָן, בפֿרט װעגן מאַקסעס װײַטן קרובֿ נחום, אַ חשובֿן אָפּעראַטיװן אָפֿיציר פֿון דער סאָװעטישער געהײמדינסט, װעלכער האָט אָרגאַניזירט דעם אַטענטאַט אױף טראָצקי. װי װײַט איז מאַקס אײטינגאָן געװען פֿאַרטאָן אין דער טעטיקײט פֿון זײַן קרובֿ? פּראָפֿעסאָר חזן האַלט, אַז מען האָט ניט גענוג ראיות, כּדי אים חושד צו זײַן אין מיטהעלפֿן דער סאָװעטישער אויסשפּיר־אַגענטור.
די קאָרעספּאָנדענץ צװישן שעסטאָװ און אײטינגאָן דעקט דעם פּעריאָד פֿון 1923 ביז שעסטאָװס טױט אין 1938. אין די 1920ער יאָרן האָט שעסטאָװ אָפֿט באַזוכט אײנטינאָנען אין בערלין, און אין 1936 האָט ער געמאַכט אַ רײַזע קײן ארץ־ישׂראל. אין 1934 האָט אײטינגאָן עולה געווען קיין ישׂראל און גלײַך געשאַפֿן דאָרט די פּאַלעסטינער פּסיכאָ־אַנאַליטישע אַסאָציאַציע און דעם פּסיסאָ–אַנאַליטישן אינסטיטוט אין ירושלים. ער האָט באַצאָלט דאָס רובֿ הוצאות פֿאַר שעסטאָװס באַזוך און געהאָלפֿן פֿאַרשפּרײטן זײַנע ביכער אין ארץ־ישׂראל. אין ירושלים, חיפֿה און תּל־אָבֿיבֿ האָט שעסטאָװ געהאַלטן רעפֿעראַטן װעגן די רוסישע שרײַבער —טאָלסטױ, דאָסטאָיעװסקי און דעם גריכישן פֿילאָסאָף פּאַרמעניד.
אין ארץ־ישׂראל האָט שעסטאָװ געהאַט אַ געטרײַעם חסיד, דעם היסטאָריקער פֿון פֿילאָסאָפֿיע און קונסט יהושע שור (דעם זון פֿונעם באַרימטן מוזיקער און ציוניסטישן כּלל־טוער דוד שור). שור האָט געהאַלטן, אַז שעסטאָװס פֿילאָסאָפֿישער געדאַנקענגאַנג איז אין אײַנקלאַנג מיט די אַקטועלע עקזיסטענץ־פּראָבלעמען פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אױף דער שװעל פֿון דער קומעדיקער קאַטאַסטראָפֿע — אין אונטערשיד צו די קלאַסישע פּאָזיטיװיסטישע טעאָריעס, װאָס מען האָט געלערנט אויף די פֿילאָסאָפֿישע קורסן. שור האָט געהאָפֿט, אַז שעסטאָװס רעפֿעראַטן און ביכער װעלן העלפֿן אױפֿלעבן דעם ייִדישן געדאַנק אין ארץ־ישׂראל און װאַרפֿן אַ נײַע שײַן אױף דער ירושה פֿונעם תּנך. ער האָט געשטופּט די פּני פֿון דער אינטעליגענץ אינעם ייִדישן ייִשובֿ, אַזעלכע װי דער רעקטאָר פֿונעם העברעיִשן אוניװערסיטעט שמואל הוגאָ בערגמאַן און דער בירגערמײַסטער פֿון תּל־אָבֿיבֿ מאיר דיזענגאָף, צו באַגריסן שעסטאָװן אין ארץ־ישׂראל.
שור איז געװען זײער אַנטציקט פֿון זײַן באַגעגעניש מיט שעסטאָװ, און האָט זיך גלײַך גענומען צו אָרגאַניזירן זײַן נײַע נסיעה קײן ארץ־ישׂראל. אָבער די צײַטן זײַנען שױן געװען ניט קײן גינסטיקע. אין 1937 האָט שור געשריבן שעסטאָװן: „עס דאַכט זיך, אַז די װעלט איז משוגע געװאָרן, און די גײַסטיקע אַרבעט גײט טיף אין די אונטערערדישע קאַטאַקאָמבעס‟. דער פּלאַן איז ניט מקוים געװאָרן, װײַל שעסטאָװ איז געװאָרן קראַנק און געשטאָרבן אין 1938.
נאָך זײַן טױט האָט שור בדעה געהאַט אָנצושרײַבן אַ בוך װעגן זײַן רבין, אָבער פֿון דעם האָט זיך אױך גאָר ניט באַקומען. שעסטאָװ האָט ניט איבערגעלאָזט קײן אײגענע שיטה אין פֿילאָסאָפֿיע, װײַל זײַן געדאַנקענגאַנג איז געװען פֿול מיט סתּירות. אָבער ער האָט געהאַט אַ שטאַרקע השפּעה אױף אַ סך ביז גאָר פֿאַרשידענע מענטשן — פֿון דעם נעאָ־חסידישן דענקער הילל צײטלין ביזן פֿראַנצױזישן שרײַבער אַלבער קאַמיו. זײַן ירושה איז זײער פֿילזײַטיק, און דאָס נײַע בוך גיט דערצו צו אַ נײַע, ייִדישע דימענסיע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.