צומאָל זענען די אינטערעסאַנטסטע זאַכן דווקא די, וואָס מע פֿאַרגעסט און מע געדענקט בלויז, אַז עפּעס האָט מען געהאַט פֿאַרגעסן. אַזוי איז בײַ מיר געווען מיט דער לאָדזשער דיכטערין מרים אוליאָנאָווער (?1890—1944).
אין 2010 האָב איך געלערנט זעקס חדשים אין וואַלענציע, שפּאַניע, אינעם דאָרטיקן מלוכישן אוניווערסיטעט. פֿאַרשטייט זיך, אַז אין שפּאַניע בין איך געווען גאָר אָפּגעזונדערט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, און במשך פֿון דער גאַנצער צײַט ניט אַרויסגערעדט קיין ייִדיש וואָרט מיט מענטשן פּנים־אל־פּנים.
ניט געקוקט אויף דעם, האָב איך אַ פּאָר מאָל אויסגעפֿונען אַז געוויסע פֿון מײַנע מיט־סטונדענטן האָבן אַ ביסל געהערט וועגן ייִדיש. איין מאָל אין אַ קלאַס פֿון דער ענגלישער סאָציאָלינגוויסטיק, האָט מען געדאַרפֿט דערקלערן, וואָסערע שפּראַכן מע רעדט און פֿון וואַנען מע קען זיי. נאָכן קלאַס איז צו מיר צוגעקומען אַ פֿראַנצויזישע מיט־סטודענטקע. זי האָט מיר דערקלערט, אַז זי האָט לעצטנס געלייענט אַ ביכל ייִדישע פּאָעזיע אין דער פֿראַנצויזישער איבערזעצונג פֿון אַ ייִדישער דיכטערין, וואָס מע האָט דערהרגעט אין אוישוויץ. זי האָט מיר געפֿרעגט, צי איך וויל באָרגן בײַ איר דאָס בוך, און ווען איך האָב איר געלאָזט וויסן, אַז קיין פֿראַנצויזיש קען איך ניט, האָט זי מיר דערקלערט, אַז מע האָט אויך געדרוקט די לידער אינעם אָריגענעלן ייִדיש. אַ צווייט מאָל, בײַ אַן אַנדער טרעפֿונג, האָט זי מיר געגעבן דאָס בוך און איך האָב זיך באַלד פֿאַרליבט אין די גלאַנצנדיקע לידער, וואָס פֿאַרמאָגן סײַ אַ פּשוטע פֿאָלקסטימלעכקייט און סײַ די געניטע פּינקטלעכקייטן פֿון אַן עכטן בעל־שירה און פּרעציזן סטיליסט.
איך האָב אָבער אין גיכן געדאַרפֿט איר צוריקקערן דאָס בוך און, ווען איך בין צוריקגעקומען קיין אַמעריקע, האָב איך אויפֿגעפֿונען, אַז איך האָב אין גאַנצן פֿאַרגעסן סײַ דעם נאָמען פֿון דער פּאָעטעסע און סײַ דעם נאָמען פֿונעם בוך. איך האָב אַ סך אַרומגעזוכט דאָס בוך, אָבער ניט געקענט עס געפֿינען.
מיט צוויי וואָכן צוריק, בשעתן אויספֿאָרשן אַ ביאָגראַפֿישן פּרט פֿונעם לעבן פֿון דער דיכטערין און ראָמאַניסטקע חוה ראָזענפֿאַרב אין דער אינטערנעץ־ענציקלאָפּעדיע פֿון ייִדישע פֿרויען, (Jewish Women‘s Archive), האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַ נאָמען פֿון אַ פֿרוי, וואָס האָט מיר געגעבן אַ טיאָך בײַם האַרצן. דער נאָמען איז געווען מרים אולינאָווער. ווען איך האָב געלייענט, אַז די דאָזיקע מרים אולינאָווער איז אויך געווען אַ ייִדישע פּאָעטעסע און אַז מע האָט אַרויסגעגעבן אירע לידער אין דער פֿראַנצויזישער איבערזעצונג אין 2003, האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז עס האַנדלט זיך וועגן דער זעלביקער שרײַבערקע, וועמענס לידער האָבן מיך פֿאַרכּישופֿט אין שפּאַניע.
שוין מיטן עקזאָטישן טיטל פֿונעם בוך אויף פֿראַנצויזיש Un bonjour du pays natal (אַ גרוס פֿון דער אַלטער היים), האָב איך עס געזוכט אין „גוגל‟. איך האָב באַלד דערזען אַ בילד פֿונעם בוך און זיך דערוווּסט, אַז דאָס בוך געפֿינסט זיך, צופֿעליק, גלײַך לעבן מיר אין אַ ריזיקער ביכערשאַנק. איך האָב אָנגעהויבן לייענען די 60־זײַטיקע ביאָגראַפֿישע הקדמה צום בוך פֿון נאַטאַליאַ קריניצקאַ און אויסגעפֿונען, אַז דאָס וואָס ס׳זענען מיר געפֿעלן אולינאָווערס לידער, כאָטש איך האָב פֿאַרגעסן איר נאָמען, איז געווען אַ פּערפֿעקטער מעטאַפֿאָר פֿאַר איר געשיכטע אין דער ייִדישער ליטעראַטור, סײַ בשעת איר לעבן און סײַ אין די 69 יאָרן נאָך איר מאָרד.
מרים אולינאָווער האָט געלעבט ווי אַ שאָטן, אָדער בעסער געזאָגט, ווי אַ נעפּל וואָס פֿאַרגייט; צו זיך אַליין האָט זי בכּיוון ניט געוואָלט צוציִען קיין סך אויפֿמערק, אָבער איר עקזיסטענץ האָט שטילערהייט געווירקט אויף איר אַרום. קיין קלאָרע דעטאַלן וועגן אירע יונגע־יאָרן ווייסט מען ניט, ווײַל זי האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס, וואָס זלמן רייזען האָט איר געשיקט פֿאַר זײַן לעקסיקאָן; זי האָט בלויז צוויי מאָל געלאָזט זיך אינטערוויוירן בעת איר קאַריערע. די ביאָגראַפֿישע פּרטים, וועלכע לעקסיקאָגן האָבן יאָ געדרוקט וועגן איר בשעת איר לעבן, זענען געווען סתּירותדיקע און זי האָט זיי קיינמאָל ניט פֿאַרראָכטן. מע ווייסט ניט, למשל, אַפֿילו אין וועלכן יאָר זי איז געבוירן געוואָרן, און פֿון איר זענען געבליבן נאָר צוויי בילדער. אַפֿילו בײַ די וואָס האָבן זי געקענט בײַם לעבן זענען געבליבן געוויסע ספֿקות: די ווייניק לעבנס־געבליבענע פּאָעטן און שרײַבער פֿון לאָדזשער געטאָ, וואָס האָבן זי געקענט, זענען שפּעטער ניט געווען מסכּים וועגן געוויסע פּרטים פֿון איר אויסזען, ווי דעם קאָליר פֿון אירע אויגן.
אולינאָווער האָט אָנגעהויבן איר שרײַבערישע קאַריערע צו 15 יאָר, ווען זי האָט זיך געדרוקט אויף פּויליש און דערנאָך אויף דײַטש און רוסיש. ייִדיש איז אָבער אין גיכן געוואָרן די עסקלוסיווע שפּראַך פֿון אירע ליטעראַרישע שאַפֿונגען ביזן סוף פֿון איר לעבן. אַ פֿרומע איר גאַנץ לעבן, זענען אולינאָווערס העלדן געווען שטעטלדיקע ייִדן און, געוויינטלעך, מענטשן פֿון די סאַמע נידעריקסטע פֿאָלקשיכטן, ווי דינסטן און וואַסער־טרעגערס. אַנדערע לידער אירע האָבן תּנכישע העלדן אַזוי ווי, אַ שטייגער, אין אַ טײַטש־חומש.
דער טײַטש־חומש האָט בכלל שטאַרק געווירקט אויף איר לשון און שרײַבסטיל. מחוץ די הייליקע טעקסטן, האָט זי אויך אַרײַנגעפֿלאָכטן אין אירע לידער אַ סך מאַטעריאַל פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר. זי איז געווען, למשל, איינע פֿון די ערשטע צו באַנוצן זיך מיט די מעשׁיות וועגן די כעלעמער נאַראָנים. געוויסע כעלעמער מעשׂיות האָט זי גענומען בײַם פֿאָלק, און געוויסע אַליין אויסגעטראַכט.
כאָטש אולינאָווער האָט געשאַפֿן אירע לידער אין אַ פֿאָלקסטימלעכן, אַפֿילו פּרימיטיוון סטיל און זיך פֿאַרשטעלט מיט אַ געוויסער אַנאָנימקייט, האָט זי געהאַלטן אַן אויג אויף דעם, ווי אַזוי מע האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אירע לידער און זיי חודשים און צומאָל יאָרן לאַנג רעדאַקטירט פֿאַרן דרוקן. זי האָט זיך געפֿונען אַ היים סײַ אין דער פֿרומער וועלט און סײַ אין די וועלטלעכע ייִדישע קולטור־קרײַזן. זי האָט געהאַלטן שבת, געהיט כּשרות און געטראָגן אַ שייטל, אָבער זיך נאָענט באַפֿרײַנדעט מיט די בעסטע מאָדערנע דיכטער. זי האָט געשיקט אירע לידער צו מאָדערנע וועלטלעכע און אַפֿילו אַוואַנטגאַרדישע זשורנאַלן, אָבער זי האָט איר איינציק בוך באַשלאָסן אַרויסצוגעבן דווקא אין אַ פֿרומען פֿאַרלאַג. אירע לידער זענען פּאָפּולער געוואָרן סײַ אין די וועלטלעכע און מאָדערניסטישע קרײַזן און סײַ אין די טראַדיציאָנעלע. די בית־יעקבֿ־שולן האָבן אַפֿילו אָפּגעדרוקט אַ פּאָר פֿון אירע לידער מיט נאָטן אין זייער אָרגאַן מיטן זעלביקן נאָמען. אין דער זעלביקער צײַט האָט מען אויך געלערנט אירע לידער אין דער בונדיסטישער „מעדעם־שולע‟ אין לאָדזש.
בעת די 1920ער און 1930ער יאָרן האָט אולינאָווער אָנגעפֿירט מיט אַ ליטעראַרישן סאַלאָן אין איר דירה, אין וועלכן יונגע שרײַבער, בפֿרט פֿון טראַדיציאָנעלע היימען, האָבן זיך באַטייליקט. חיים־לייב פֿוקס האָט געשריבן וועגן איר הויז: „טראָץ דער פֿרומער הויזפֿירונג, איז איר שטוב צו יעדער צײַט, מיטן אויסנאַם פֿון פֿרײַטיק צו נאַכט, ווען זי האָט געדאַרפֿט צינדן ליכט, אָפֿן געווען פֿאַר יעדן. תּמיד האָט זי מיט אַ פֿרײַ, גוטמוטיק פּנים אַקעגנגעטראָגן יעדן חבֿר, אַ מאַן צי אַ פֿרוי, איר קלינגענדיקן ברוך־הבא. אין דער צײַט ווען זי האָט אויפֿגעהערט צו אַרבעטן אין געוועלב, איז איר הויז געוואָרן אַ שטיקל בית־ועד פֿאַר יונגע דיכטערס, מיט וועלכע זי איז באַלד, פֿון ערשטן באַקאַנט ווערן, געוואָרן היימיש‟. ישעיה שפּיגל האָט באַשריבן זײַן באַציִונג מיט איר ווי „כּמעט אַ מוטערלעכע‟. ער האָט איר אויסזען באַשריבן אַזוי: „איר אַ ביסל פֿאַרבויגענער קאָפּ איז שוין געווען גרוילעך. אָבער אין אירע אויגן איז געווען די שיינקייט פֿון ייִדישן ליד, פֿון דער פּאָעזיע, פֿון אַזאַ מין רעליגיעזן שימער.‟
אין די שפּעטערע 1920ער און אָנהייב 1930ער יאָרן האָט אולינאָווער כּמעט אין גאַנצן אויפֿגעהערט אַרויסצוגעבן לידער. די דעמאָלטיקע ייִדישע פּרעסע האָט, אָבער, געמאָלדן, אַז זי האָט צו יענער צײַט געהאַלטן אין איין שרײַבן נײַע לידער, אַרײַנגערעכנט אַ לאַנגן ציקל וועגן חומש. שפּעטער אין די 1930ער יאָרן הייבט זי ווידער אַ מאָל אָן אַרויסצוגעבן לידער, אָבער אַ סך פֿון אירע פֿריִער צוגעזאָגטע ציקלען לידער דערשײַנען ניט. פֿון פֿאַרשידענע אַזעלכע ציקלען, וואָס האָבן נאָר עקזיסטירט ווי כּתבֿ־ידן, זענען אונדז געבליבן טיטלען אַזוי ווי „אין טאַטע־מאַמע־לאַנד‟, „פֿון דער אַלטער היים‟ און „כעלעמיאַדע‟.
אין פֿעברואַר 1940, האָט אולינאָווער געדאַרפֿט זיך אַרײַציִען אין לאָדזשער געטאָ און האָט געוווינט אין אַ דירה פֿון פֿינף צימערן, וועלכע זי האָט געדאַרפֿט טיילן מיט 14 אַנדערע מענטשן. אין געטאָ האָט זי אָנגעפֿירט מיט אַ ליטעראַרישער גרופּע. די פּאָעטעסע און ראָמאַניסטקע חוה ראָזענפֿאַרב האָט זי באַשריבן ווי „די ליטעראַרישע מאַטראָנע פֿון געטאָ‟. איר ליטעראַרישער קרײַז האָט זיך געטראָפֿן פֿון האַרבסט 1940 ביז פֿרילינג 1944, אין דער דירה, וווּ זי האָט געוווינט . ניט געקוקט אויף דעם, וואָס זי האָט אָנגעפֿירט מיט דעם שרײַבער־קרײַז, האָט זי אַליין זייער ווייניק אָנגעשריבן אין געטאָ. זי איז געווען קראַנק און האָט, לויטן עדות־זאָגן פֿון ירחמיאל בריקס, ספּעציעל געליטן פֿון הונגער. לויט בריקס איז זי אין אירע לעצטע יאָרן אין געטאָ אָפֿט געווען צו שוואַך אויפֿצושטיין פֿון בעט. בריקס האָט איר שפּעטער געהאָלפֿן ברענגנדיק שמאַטעס, וואָס ער האָט געגנבֿעט, כּדי זי זאָל מאַכן פֿון זיי טעפּיכער און פֿאַרדינען אויף אַ ביסן. איר געזונט־מצבֿ האָט זיך דערנאָך אַ ביסל פֿאַרבעסערט.
דעם 18טן אויגוסט, 1944, לויט בריקס זכרונות, איז זי פֿאַרכאַפּט געוואָרן , צוזאַמען מיט איר מאַן און ייִנגסטער טאָכטער פֿון דער „עס. עס.‟ זי האָט געהאַט מיט זיך אירע אַלע כּתבֿ־ידן אין אַ רוקזאַק. צווישן די לידער זענען געווען אירע געטאָ־לידער און בפֿרט די לידער־ציקלען, וואָס זי האָט אָנגעשריבן פֿאַר דער מלחמה, אָבער קיינמאָל זיי ניט אַרויסגעגעבן. נאָך אולינאָווערס אָנקומען אין אוישוויץ, איז דער רוקזאַק פֿאַרשוווּנדען געוואָרן. איר עלטסטע טאָכטער האָט איבערגעלעבט די מלחמה, אָבער קיינער פֿון די לאָדזשער שרײַבער האָט ווײַטער ניט געהאַט קיין פֿאַרבינדונג מיט איר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.