דער פֿאַרגענגענער חודש דעצעמבער איז געווען דער הייסטער חודש אין איבער הונדערט יאָר אין בוענאָס־אײַרעס. דאָס האָט גורם געווען, אַז איבער די שטאַרקע היצן זאָל דער געברויך פֿון עלעקטריע שטײַגן אַזוי, אַז די דראָטן זאָלן פֿאַרברענט ווערן און די צענטראַלעס און טראַנספֿאָרמאַטאָרן זאָלן פּלאַצן — און אַלץ ווײַל אין די לעצטע 20 יאָר האָט מען אין אַרגענטינע ניט אינוועסטירט דאָס געהעריקע. אין איבער 100 שטעט זײַנען טויזנטער מענטשן געבליבן אָן עלעקטריע שוין אַ פּאָר וואָכן, און כּמעט אַ האַלבע שטאָט בוענאָס־אײַרעס לײַדט פֿון אָט דער פּראָבלעם. מענטשן פּראָטעסטירן אויף די גאַסן און מען פּיקעטירט. מען שליסט גאַסן און שאָסייען. מען ברענט רעדער פֿון אויטאָמאָבילן און די דעמאָנסטראַנטן קלאַפּן מיט די טעפּ. די איינציקע לייזונג איז דערווײַל עס זאָל רעגענען און ווערן אַ ביסל קילער. דאָך, האַלטן מבֿינים, אַז די לייזונג קען אפֿשר קומען אין 4 יאָר אַרום, אויב מען וועט אָננעמען אַ פּלאַן צו פֿאַרבעסערן די מערכה פֿון דער עלעקטרישער סטררוקטור. אויך די אינטערנעץ איז געשעדיקט געוואָרן און אָט די נײַעס ווערט געשריבן און אַרויסגעשיקט פֿון אַ קאַפֿע.
די זומער־וואַקאַציעס האָבן זיך שוין אָנגעהויבן אין לאַנד, און דער קולטור־דעפּאַרטאַמענט פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה האָט אויסגעאַרבעט ספּעציעלע פּראָגראַמען פֿאַר קינדער. יעדן דאָנרשטיק קומען פֿאָר ספּעקטאַקלען פֿאַר קינדער אין טעאַטער-זאַל פֿון דער קהילה. דער אײַנטריט איז אַ פֿרײַער. די ערשטע פּראָגראַם איז אַ ספּעקטאַקל פֿון הומאָר און לידער; אויף להבא האָט מען פֿאַרפּלאַנירט טעאַטער־פּיעסעס, צירק און רעציטאַציעס.
מיט אַ ספּעציעלן אינטער־רעליגיעזן אַקט איז געפֿײַערט געוואָרן אין דער בוענאָס־אײַרעסער קאַטעדראַל דער טאָג פֿאַרן שלום אויף דער וועלט. די ייִדישע פֿאָרשטייערשאַפֿט איז באַשטאַנען פֿון דעלעגאַציעס פֿון דער קהילה און פֿון דער „דאַיאַ‟, און דער רבֿ דניאל גאָלדמאַן און דער אַרציבישאָף מאַריאָ פּאָלי האָבן ספּעציעל באַגריסט די ייִדישע פֿאָרשטייערס און דערמאָנט, אַז פֿאַר אַ יאָרן האָט אָנגעפֿירט מיט דער צערעמאָניע דער איצטיקער פּויפּסט פֿראַנסיס. דער אַרציבישאָף האָט אין זיין וואָרט 5 מאָל באַניצט דאָס וואָרט „שלום‟ אָנשטאָט דעם שפּאַנישע וואָרט „פּאַז‟. נאָך דער צערעמאָניע האָבן אַלע העפֿלעך באַגריסט די ייִדישע פֿאָרשטייערשאַפֿט, וואָס איז אויפֿגענומען געוואָרן מיט די ווערטער „אונדזערע עלטערע ברידער‟, וואָס פֿראַנסיס האָט פּאָפּולאַריזירט. די צערעמאָניע האָט מען איבערגעגעבן אין טעלעוויזיע.
אין בוענאָס־אײַרעס האָט מען דערמאָנט 20 יאָר פֿון דעם הסכּם, וואָס איז אונטערגעשריבן געוואָרן צווישן ישׂראל און דעם וואַטיקאַן דעם 30סטן דעצעמבער. 1993 האָבן ביידע צדדים זיך דאַן קאָמפּראָמעטירט אין קאַמף קעגן ראַסיזם (געמיינט, אַנטיסעמיטיזם) און פֿאַרן שלום און פֿאַרשטאַנד צווישן פֿעלקער.
די קהילה האָט פֿאַרטיילט ספּעציעלע פּרעמיעס פֿאַר ייִדישע דערציִערס, וועלכע האָבן מיטגעאַרבעט אין דעם פּראָיעקט, וואָס דער צענטער ליוועראַנט און די מעקסיקאַנער אוניווערסיטעט האָבן אונטערגענומען אין אַרגענטינע צו פֿאָרשן די דערגרייכונגען פֿון דער ייִדישער דערציִונג אין אַרגענטינע, און ווי אַזוי סטימולירן, אַז יונגע דורות זאָלן אָננעמען דעם פֿאַרמעסט צו ווערן ייִדישע לערערס אין דער ייִדישער שולסיסטעם.
אין ייִוואָ איז געשלאָסן געוואָרן דער יערלערכער סעמינאַר פֿאַר יונגע אַקאַדעמיקער. אַ טייל פֿון זיי האָבן שוין געאַרבעט ווי לערערס אין ספּעציעלע אָפּטאַטיווע קורסן פֿאַר קינדער און דערוואַקסענע אין ייִדישע שולן פֿון בוענאָס־אײַרעס.
אין טשילע איז ניט קיין פֿאַרברעכן צו פֿאַרקויפֿן אַנטיסעמיטישע ליטעראַטור, האָט דערקלערט מאַרסעלאָ איסאַקסאָן, פֿאַרוואַלטער פֿון דער קהילה אין סאַנטיאַגאָ. די טעקסטן זײַנען צוגענגלעך פֿאַר אַלעמען און מען שטערט קיינעם נישט זיי צו פֿאַרשפּרייטן. דער טשיליער געזעץ דערלויבט ניט צענזור און דיסקרימינאַציע, און דערפֿאַר ניצן דאָס אויס אַנטיסעמיטישע גרופּעס. מען וואָלט באַדאַרפֿט אײַנפֿירן אין טשילע, האָט ער דערקלערט, די „קולטור-סוווּעראַניטעט‟, וואָס הערשט אין אַרגענטינע און וואָס דערמעגלעכט, די רעגירונג זאָל באַשטימען, וועלכע אידעען זײַנען ראַסיסטישע און טאָרן ניט פֿאַרשפּרייט ווערן.
מיט אַ ספּעציעלער הזכּרה האָט די קאָנסערוואַטיווע פֿעדעראַציע דערמאָנט 20 יאָר נאָכן טויט פֿון הרבֿ מאַרשאַל מאיר ז”ל, וועלכער האָט פֿאַקטיש געשאַפֿן אין בוענאָס־אײַירעס מיט זײַן אָנקום פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, איבער 50 יאָר צוריק, די קאָנסערוואַטיווע באַוועגונג אין לאַנד. ער איז אויך געווען אַ קעמפֿער פֿאַר מענטשן־רעכט, און האָט זיך קעגנגעשטעלט דער מיליטערישער דיקטאַטור אין די 70 יאָרן, און פֿאַרטיידיקט די „מאַמעס פֿון דעם מײַ-פּלאַץ‟, וואָס האָבן געפֿאָדערט זייערע קינדער זאָלן אָפּגעזוכט ווערן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.