מאַרקס האָט אַ מאָל געזאָגט, אַז די געשיכטע חזרט זיך כּסדר איבער. קען מען צו דעם אויך צוגעבן, אַז גרויסע סקאַנדאַלן חזרן זיך אויך איבער — צו ערשט, ווי אַ דאָקומענטירט נײַעס, און דאָס צווייטע מאָל — ווי אַ כּלומרשטיקע פֿיקציע.
אַזאַ פֿאַל האָט מען הײַיאָר מיט בערני מיידאָף: בלויז דער נאָמען „בערני‟ טראָגט שוין אַ רמז פֿון טראַגעדיע און אויך — שגעון. ווען מיידאָף איז אַרעסטירט געוואָרן מיט פֿינף יאָר צוריק, האָט יעדע נײַע אַנטפּלעקונג וועגן זײַן אינטריגע אויסגעזען נאָך ערגער ווי די פֿריִערדיקע. ערשטנס, זײַן אומבאַגרענעצטע זשעדנעקייט; צווייטנס, האָבן זײַנע אייגענע זין האָבן אים איבערגעגעבן דער פּאָליציי; דריטנס, האָט איינער פֿון די זין זיך גענומען דאָס לעבן אויפֿן צווייטן יאָרטאָג פֿון מיידאָפֿס אַרעסט. ואַחרון אַחרון חבֿיבֿ, האָט זײַן פֿרוי אפֿשר געוווּסט אַ סך מער ווי זי האָט געזאָגט.
אַ פּנים, האָט די טעמע אויך פֿאַרכאַפּט די פֿאַנטאַזיע פֿון אַ צאָל שרײַבער און רעזשיסאָרן, ווײַל אין 2013 האָבן אַ ריי פּיעסעס און פֿילמען געשילדערט אַ כּמו־מיידאָף פּאַרשוין.
ערשטנס, איז זומערצײַט אַרויסגעלאָזט געוואָרן דער פֿילם Blue Jasmine — וווּדי אַלענס פּאָרטרעט פֿון אַ פֿרוי, דזשאַזמין, וואָס זעט אויס ווי אַ געמיש פֿון בערני מיידאָפֿס פֿרוי, רות, מיט בלאַנש דובואַ — די טראַגישע פֿיגור פֿון טענעסי וויליאַמס׳ A Streetcar Named Desire. דער פֿילם — וואָס די טעמע איז סײַ אַ הײַנטצײַטיקע, סײַ אַן אייביקע — האָט געגעבן די צוקוקער פֿון אַלענס פֿילמען אַ געלעגנהייט ווידער אַרומצורעדן דעם כּישוף, און די חסרונות פֿון וווּדי אַלענס פֿילמען. יעדער האָט מסכּים געווען, אַז די אַקטריסע, קייט בלאַנטשעט, איז געווען אויסגעצייכנט אין דער ראָלע פֿון דזשאַזמין, אָבער מע האָט אויך קריטיקירט אַלען, פֿאַרן האָבן צו פֿיל „פֿאַרגעניגן‟ פֿון דזשאַזמינס פֿינאַנציעלער און פּסיכישער ירידה. דזשאַזמין באַצאָלט פֿאַר די זינד פֿון איר מאַן, און מוז זיך איצט „פֿאַרלאָזן אויף דער גוטסקייט פֿון פֿרעמדע לײַט‟, ווי טענעסי וויליאַמס האָט געשריבן. דאָ זעט דזשאַזמין אײַן, אַז נישט בלויז די פֿרעמדע לײַט, נאָר אויך די אייגענע מענטשן, ווײַזן איר נישט אַרויס צו פֿיל גוטסקייט.
בערני האָט מען אויך דערקענט אין לי בלעסינגס פּיעסע A User‘s Guide to Hell (אַ וועגווײַזער אין גיהנום), וווּ דער העלד ווערט געצוווּנגען צו פֿאַרברענגען די צײַט מיט יאָזעף מענגעלע. אַ געוויסער שׂכל איז דאָ אין דעם: מיידאָפֿס באַרימטסטער „קרבן‟ איז דאָך געווען עליע וויזעל.
אין דעב מאַרגאָלינס פּיעסע, Imagining Madoff, זעט מען ווי בערני שמועסט גאָר וועגן עטיק מיט אַ פּאָעט, וועלכער האָט איבערגעלעבט דעם חורבן. (לויט דער „ניו־יאָרק טײַמס‟, האָט וויזעל געפֿאָדערט, אַז מע זאָל ענדערן דעם כאַראַקטער פֿון דעם פּאָעט, טענהנדיק, אַז ער איז צו ענלעך צו אים אַליין.)
און טאָמער ווילט איר זען נאָך אַ ביסל מיידאָף, ווײַזט מען איצט אַמאַנדאַ פּיטס פּיעסע, The Commons of Pensacola, וועגן דער פֿרוי און טאָכטער פֿון אַ געפֿאַלענעם פֿינאַנציסט. די טאָכטער האָט אַ גאָלדענעם פּלאַן: מאַכן אַ רעאַליטעט־פּראָגראַם וועגן איר מאַמעס לעבן. טאַקע זייער פּאַסיק…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.