אויף דער מוזיקאַלישער סצענע פֿונעם פֿאַראַיאָריקן ניו־יאָרק, זענען געווען אַ גאַנצע ריי אויסגעצייכנטע געשעענישן, וואָס האָבן געהאַט אַ שײַכות צו ייִדן.
מאָצאַרט האָט געשאַפֿן דרײַ פֿון זײַנע אָפּערעס צוזאַמען מיט לאָרענצאָ דאַ פּאָנטע — אַ ייִדיש־שטאַמיקער קאָמפּאָזיטאָר פֿון ווענעדיק. איוואַן פֿישער, אַ ייִדישער דיריגענט פֿון אונגערן, האָט אָנגעפֿירט מיט אַ פֿרישער און חידושדיקער ווערסיע פֿון מאָצאַרטס באַרימטער „פֿיגאַראָס חתונה‟ אינעם ניו־יאָרקער „לינקאָלן־צענטער‟. נאַפּאָליאָן האָט אַמאָל אָנגערופֿן די דאָזיקע אָפּערע „דער ערשטער האַרמאַט־שאָס פֿון רעוואָלוציע‟.
פֿישערס „בודאַפּעשטער פֿעסטיוואַל-אָרקעסטער‟ איז הײַנט באַקאַנט ווי איינער פֿון די בעסטע אין דער וועלט. אין זײַן קאָמבינאַציע פֿון מאָצאַרטס אויטענטישער מוזיק מיט מאָדערנע אינסטרומענטן, האָט דער דיריגענט באַשלאָסן צו באַזײַטיקן ס׳רובֿ טעאַטראַלישע עלעמענטן פֿון „פֿיגאַראָס חתונה‟, זיך פֿאָקוסירנדיק אויף די מעטאַמאָרפֿאָזעס פֿון יעדן פּערסאָנאַזש.
אַן אַנדער ייִדישער דיריגענט, לענאַרד סלאַטקין, האָט געשפּילט מיטן דעטרויטער סימפֿאָנישן אָרקעסטער נאָכאַנאַנד אַלע פֿיר נומערירטע סימפֿאָניעס פֿון טשאַרלז אײַווס אינעם ניו־יאָרקער „קאַרנעגי־האָל‟, אויך אויף אַ דערפֿרישנדיקן חידושדיקן אופֿן.
דער ניו־יאָרקער פֿילהאַרמאָנישער אָרקעסטער האָט אַרויסגעלאָזט אַ סעריע מוזיקאַלישע פֿילמען, אין וועלכער אַלען גילבערט האָט דיריגירט מיטן מעכטיקן „רעקוויעם‟ פֿונעם אונגעריש־ייִדישן קאָמפּאָזיטאָר דיאָרד ליגעטי. גילבערט האָט שוין פֿריִער אַרויסגעוויזן אַ טיפֿע באַקאַנטשאַפֿט מיט ליגעטיס ווערק.
דער דיריגענט מאַרין אַלסאָפּ האָט געשפּילט די דריטע סימפֿאָניע פֿון דזשאָן קאָריליאַנאָ, לכּבֿוד דעם 75סטן געבוירן־טאָג פֿונעם דאָזיקן באַרימטן הײַנטצײַטיקן קאָמפּאָזיטאָר. קאָריליאַנאָס ביידע עלטערן — אַ ייִדישע מאַמע און אַ קאַטוילישער טאַטע — זענען געווען מוזיקאַנטן. אַלסאָפּס ווערסיע פֿון קאָריליאַנאָס „Circus Maximus‟, געשפּילט פֿון „דזשוליאַרד־אָרקעסטער‟, איז געווען פֿול מיט אויסגעצייכנטע טעאַטראַלישע און קלאַנג־עפֿעקטן.
דער באַקאַנטער קאַנאַדישער פּיאַניסט מאַרק־אַנדרע אַמעלין האָט געשפּילט אין ניו־יאָרק, צוזאַמען מיטן „פּאַציפֿיקאַ קוואַרטעט‟, לעאָ אָרנשטיינס פּרעכטיקן „פּיאַנאָ־קווינטעט‟. אָרנשטיינס טאַטע איז געווען אַ חזן; זײַן ווערק איז פֿול מיט קאַנטאָרישע אינטאָנאַציעס.
דער דיריגענט דזשיימס לעווין האָט זיך הײַיאָר ווידער באַוויזן אויף דער סצענע, הגם ער איז איצט צוגעבונדן צום רעדלשטול, צוליב שווערע געזונט־פּראָבלעמען. לעווין, דער מוזיקאַלישער דירעקטאָר פֿון דער ניו־יאָרקער „מעטראָפּאָליטאַנער אָפּערע‟, האָט דיריגירט אינעם „קאַרנעגי־האָל‟ מיט מאַלערס גאָר קאָמפּליצירטער „זיבעטער סימפֿאָניע‟. ווי ס׳איז באַקאַנט, איז גוסטאַוו מאַלער געווען אַן עסטרײַכישער ייִד, געבוירן אויפֿן שטח פֿון דער הײַנטיקער טשעכיע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.