דער מצבֿ פֿון אַריאל שרון — דער געוועזענער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער און אַרמיי־קאָמאַנדיר, וועלכער האָט געליטן מיט כּמעט אַכט יאָר צוריק פֿון אַן אַפּאָפּלעקסיע און ליגט זינט דעמאָלט אין אַ קאָמע — איז געוואָרן ערגער מחמת אַ בלוט־אינפֿעקציע און דעם געפֿערלעכן אָפּשטעל פֿון די אבֿרים־פֿונקציעס. פּראָפֿ׳ זאבֿ ראָטשטיין, דער דירעקטאָר פֿונעם מעדיצינישן צענטער אויפֿן נאָמען פֿון חיים שיבא אין תּל־השומר, האָט איבערגעגעבן בעת אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ פֿרײַטיק, דעם 3טן יאַנואַר, אַז במשך פֿון אַ מעת־לעת האָבן די דאָקטוירים געפּרוּווט צו העלפֿן דעם געוועזענעם פּרעמיער, אָבער נישט געקאָנט.
ראָטשטיין האָט געזאָגט אין אַן אינטערוויו, אַז דער 85־יאָריקער שרון, לויט זײַן מיינונג, האַלט בײַם שטאַרבן. דער ישׂראלדיקער מיליטערישער ראַדיאָ האָט מיטגעטיילט, אַז די דאָקטוירים האָבן געגעבן מעדיקאַמענטן, כּדי אונטערצוהאַלטן שרונס האַרץ, ווי אויך אַנטיביאָטיקס קעגן דער בלוט־אינפֿעקציע, אָבער זײַן געזונט־מצבֿ ווערט אַלץ ערגער. לכל־הפּחות, האָט צוגעגעבן דער דירעקטאָר פֿונעם שפּיטאָל, פֿילט דער חולה נישט קיין ייִסורים.
מיט אַ טאָג פֿריִער, דאָנערשטיק, האָט דער באַקאַנטער ירושלימער רבֿ שלמה אַבֿינר געמאָלדן, אַז ער זעט נישט קיין תּכלית אינעם זאָגן תּפֿילות לטובֿת שרונען, ווײַל זײַן מוח איז שטאַרק צעשעדיקט. אַבֿינר האָט דערקלערט, אַז אויב אַפֿילו די תּפֿילות וואָלטן געהאָלפֿן דעם געוועזענעם פּערמיער־מיניסטער זיך אויפֿצוּוועקן, וואָלט עס אים אין אַזאַ שווערן מצבֿ נישט געטאָן קיין טובֿה.
דאָנערשטיק, דעם 2טן יאַנואַר, האָבן די דאָקטוירים געזאָגט, אַז שרון געפֿינט זיך אין אַ קריטישן צושטאַנד. מיט אַ טאָג שפּעטער, איז די סיטואַציע געוואָרן גאָר שוואַך, און דאָס ביוראָ פֿונעם פּרעמיער־מיניסטער האָט אָנגעהויבן פּלאַנירן די לוויה, צוזאַמען מיט שרונס צוויי זין, גלעד און עמרי, וועלכע זיצן איצט בײַ זייער טאַטנס טויטן־בעט.
דער געוועזענער פּרעמיער איז אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ קאָמע דעם 4טן יאַנואַר, אינעם יאָר 2006. באַלד וועט שוין זײַן אַכט יאָר, זינט ער בלײַבן אומבאַוווּסטזיניק. מאַרק רגבֿ, דער וואָרטזאָגער פֿונעם איצטיקן פּרעמיער, בנימין נתניהו, האָט געזאָגט, אַז, להיפּוך צו דעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן מינהג, וועט מען אָפּהאַלטן די לוויה אויף עטלעכע טעג, כּדי די פּאָליטיקער פֿון אַנדערע לענדער זאָלן קאָנען באַגלייטן שרונען אינעם לעצטן וועג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.