דרײַ נײַע קאָמפּאַקטלעך ייִדישע לידער

Three New CDs of Yiddish Songs


פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published January 05, 2014, issue of January 31, 2014.

די זינגערין אינאַ באַרמאַש האָט זיך אין גאַנצן איבערגעמאַכט במשך פֿון די לעצטע יאָרן. אין דער קאַפּעליע „קלעז־דיספּענסערס” האָט זי געזונגען פּאָפּולערע ייִדישע לידער אינעם סטיל פֿון אַ רוסישער נאַכט־קלוב זינגערין. כאָטש באַרמאַש איז מסתּמא אויפֿגעוואַקסן אין טשערנאָוויץ און דערנאָך ניו־יאָרק אין די 1980ער יאָרן, הערנדיק אַזוינע זינגערינס האָט דער עולם געפֿילט, אַז זי מאַכט אַ ביסל חוזק פֿונעם דראַמאַטישן סטיל.

אָבער אין דער נײַער רעקאָרדירונג — Yiddish Lullabies & Love Songs — הערט מען אַן אַנדער זינגערין אין גאַנצן. זי האָט, זעט אויס, זיך צוגעהערט צו די רעקאָרדירונגען פֿון עלטערע ייִדישע פֿאָלקזינגערס, מערסטנס, אויף פֿעלד־רעקאָרדירונגען. די “עכטקייט” וואָס פֿעלט אָפֿט בײַ נאַכט־קלוב זינגערס, האָט זי אַפּנים געפֿונען אינעם היימישן פֿאָלקזינגער.

דאָס קאָמפּאַקטל הייבט זיך אָן מיט אַ ליד „שטיי שוין אויף, טאָכטער מײַן געטרײַע”, אַ טיפּישער שמועס צווישן מאַמע און טאָכטער, ווי מע הערט אין אַ סך ייִדישע לידער. נאָר אין דעם פֿאַל, רופֿט די מאַמע דעם איידעם (אָדער דעם טאָכטערס געליבטן) אַ „מערדער”, וואָס דאָס הייסט אין דעם קאָנטעקסט, אַ מאַן וואָס שלאָגט די פֿרוי. אַזוינע טרויעריקע לידער זינגט מען זעלטן, און מע רעקאָרדירט זיי נאָך זעלטענער.

מיטן טראָפּ אויפֿ וויגלידער, נעמט אַרײַן דאָס קאָמפּאַקטל, דער עיקר, שטילע, פּאַמעלעכע לידער. די מוזיקער מיט באַרמאַשס מאַן, דער באַקאַנטער וויאָלאַ־שפּילער לעוו זשורבין, בראָש, האָבן געפֿונען אַ וועג צו באַלייטן אַלטע פֿאָלקסלידער סײַ מיט דרך־ארץ פֿאַר די ווערטער, סײַ אויף אַ מאָדערנעם אופֿן — אַ געראָטענער אויפֿטו.

די צווייטע רעקאָרדירונג Lebedik Yankel: Yiddish Songs from Warsaw volume 2 האָט אַרויסגעגעבן די ענערגישע זינגערין דזשיין פּעפּלער פֿון צפֿון־קאַראָלײַנאַ. די לידער הערט מען אויך זעלטן, אָבער זיי שטאַמען נישט פֿונעם פֿאָלקס־אוצר, נאָר פֿון ייִדישע טעאַטער־קאָמפּאָזיטאָרן פֿון די 1930ער יאָרן. כאָטש נישט אַלע לידער האָט מען געשאַפֿן אין וואַרשע, האָט מען זיי יאָ דאָרטן געזונגען און זיי געפֿינען זיך אין די ביכלעך פֿונעם וואַרשעווער פּלאַטע־פֿאַרקויפֿער י. זשעלאָנעק, וועמען פּעפּלער האָט אויסגעפֿאָרשט.

געוויסע לידער וואָלטן אַנדערע זינגערס הײַנט נישט פֿאָרגעשטעלט צוליב זייער „נישט־ריכטיקן פּאָליטישן כאַראַקטער”, דהײַנו: דער נאַרישער צוגאַנג פֿון די מענער צו די פֿרויען אין די לידער “די מיידלעך פֿון אַמאָל”, געזונגען פֿון פּסח בורשטיין, אָדער “מײַן ווײַב קומט פֿון זאַקאָפּאַנע”, אין וועלכן דער מאַן באַקלאָגט זיך וואָס זײַן פֿרוי קומט צוריק פֿון וואַקאַציע. אָבער היסטאָריש גערעדט, זענען די לידער גאַנץ פּאָפּולער געווען, און עס קומט דזשיין פּעפּלער אַ יישר־כּוח פֿאַר איר אַרבעט. דאָס ליד “לעבעדיק יאַנקל” קען מען הערן אויף דער וועבזײַט:

//www.polishjewishcabaret.com/2013/07/lebedik-yankl-lebedig-yankl-lebedig.html ‏

דאָס דריטע קאָמפּאַקטל Wandering Stars: Songs from Gimpel’s Lemberg Yiddish Theater 1906 - 1910 האָט אַרויסגעגעבן דער ענגלישער דיסקאָקראַף מײַקל אײַלוואַרד, וועלכער וויל צוריקשטעלן גימפּלס טעאַטער אויף דער געהעריקער פּאָזיציע אין דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער, וואָס ער האָט כּשר פֿאַרדינט.

“גימפּלס טעאַטער” אין לעמבערג/לעמבעריק איז נישט בלויז געווען אַ לאַנג־יאָריקער טעאַטער (50 יאָר!), וואָס אַזוינס האָט זיך ווייניק געטראָפֿן אין מיזרח־אייראָפּע פֿאַר דער מלחמה, נאָר אײַלוואַרד באַטאָנט, אַז דער “גימפּל־טעאַטער” איז געווען אַ צענטער פֿון ייִדישער פּלאַטע־רעקאָרדירונג בעתן ערשטן יאָרצענדלינג פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. די קוואַליטעט פֿון די זינגערס און פֿון דער מוזיק איז געווען אַ הויכע, און אַ סך פֿון די אַקטיאָרן זענען שפּעטער געוואָרן “שטערן” אינעם ניו־יאָרקער טעאַטער. די איצטיקע רעקאָרדירונג באַשטייט פֿון די אַלטע לידער, פֿאַרשריבן מיט 100 יאָר קריק.

נאָר געוויסע נעמען וועלן זײַן באַקאַנט, ווי פּעפּי ליטמאַן — אַ זינגערין, וואָס האָט זיך אָנגעטאָן ווי אַ מאַן, אַ חסיד, און געזונגען צוויי־טײַטשיקע לידער. לעאָן קאַליש ווערט דאָ פֿאַרטראָטן מיט 5 לידער און האָט פֿאַרמאָגט אַ גוואַלדיק קול. צו 16 יאָר האָט ער שוין געשפּילט אין “גימפּלס טעאַטער”, אין 1898. ער איז שפּעטער אויפֿגעטראָטן אין לאָנדאָן און אין בוענאָס־אײַרעס, אָבער האָט זיך אומגעקערט קיין לעמבערג און איז אומגעקומען אין דער לעמבערגער געטאָ.

כאָטש די זינגערס האָבן געהאַט טרענירטע, שטאַרקע שטימען, האָבן זיי אויך ממשיך געווען די בראָדער־זינגער טראַדיציע מיט זייער פּאָפּולערן, אָפֿט הומאָריסטישן אויסטײַטש פֿון די לידער. מיר האָבן טאַקע נישט קיין רעקאָרדירונגען פֿון די בראָדער־זינגער, אָבער דאָס קאָמפּאַקטל וועט אונדז העלפֿן פֿאַרשטיין די אַנטוויקלונג פֿונעם ייִדישן טעאַטער בײַם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, ווען ייִדישע אַקטיאָרן און בראָדער־זינגער זענען פֿון ווײַנקעלערס אַרויף אויף בינעס — איינע פֿון די וויכטיקסטע בינעס איז געווען אינעם “גימפּל־טעאַטער”.