אין עטלעכע וואָכן אַרום וועלן אַלע נומערן פֿון ”ליטעראַרישע בלעטער“, די וויכטיקסטע ייִדישע קולטורעלע וואָכנשריפֿט אין פּוילן צווישן די וועלט־מלחמות, אַרויפֿגעשטעלט ווערן אויף דער אינטערנעץ, וווּ יעדער וועט עס קענען ניצן, פֿרײַ פֿון אָפּצאָל. די דערשײַנונג איז אַ פּראָיעקט פֿונעם Historical Jewish Press (”היסטאָרישע ייִדישע פּרעסע“), איניציִיִרט דורכן תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט און די ייִדישע נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק, און געשטיצט דורך דער משפּחה צימעט, לזיכּרון ראובֿן צימעט לערער.
”ליטעראַרישע בלעטער“ איז די דריטע ייִדישע פּובליקאַציע, וואָס די ”היסטאָרישע ייִדישע פּרעסע“ האָט הײַיאָר געשטעלט אויף איר וועבזײַט. מע קען שוין דאָרט געפֿינען אַלע נומערן פֿון די צוויי וויכטיקסטע ייִדישע טאָג-צײַטונגען אין פּוילן צווישן די וועלט־מלחמות — ”הײַנט“ און ”דער מאָמענט“, אונטערגעשטיצט פֿון דער ”משפּחה־פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען פֿון דוד און פֿעלאַ שאַפּעל“. אַ דריטע, מער אַלגעמיינע צײַטונג פֿון יענער תּקופֿה, ”אונדזער עקספּרעס“, קען מען אויך דאָרט געפֿינען.
הגם עס וועט נאָך נעמען עטלעכע וואָכן, ביז אַלע נומערן פֿון ”ליטעראַרישע בלעטער“ וועלן אַרויפֿגעשטעלט ווערן, קען מען שוין זען די נומערן פֿון די יאָרן 1924 ביז 1926 אויפֿן אַדרעס //jpress.nli.org.il/Olive/APA/NLI/?action=tab&tab=browse.
מסתּמא איז דער גרעסטער אויפֿטו פֿון דעם פּראָיעקט, וואָס דער לייענער אָדער פֿאָרשער קען איצט תּיכּף געפֿינען וואָס ער זוכט, דורך אַרײַנשרײַבן אַ געוויס וואָרט אָדער נאָמען אינעם זוכקעסטל, אַזוי ווי מע טוט עס מיט ”גוגל“. דאָס וועט אײַנשפּאָרן די לייענער אַ סך צײַט און מי. דאָס וועט זײַן ספּעציעל וויכטיק, נישט בלויז פֿאַר פֿאָרשער, נאָר פֿאַר אַלע לייענער פֿון ייִדיש, וועלכע ווילן זיך בעסער באַקענען מיט דער שפּרודלדיקער וועלט פֿון אונדזערע שרײַבער און אַרטיסטן אין פּוילן צווישן די וועלט־מלחמות. אַז מע שטעלט אַרײַן דעם נאָמען ”קולבאַק“, למשל, וועט די וועבזײַט אײַך גלײַך צוטראָגן די דאָזיקע נאָטיץ אין ”אונדזער עקספּרעס“, פֿונעם 15טן אָקטאָבער 1928:
פֿײַערלעכער געזעגענונגס־אָוונט פֿון דיכטער משה קולבאַק
איינער פֿון די שטאַרקסטע ייִדישע דיכטער אין פּוילן, משה קולבאַק, פֿאָרט אָפּ קיין ראַטן־רוסלאַנד. קולבאַק איז אויך פֿאָרזיצער פֿון ייִדישן פּען־קלוב אין ווילנע. הײַנט אין אָוונט קומט פֿאָר אין ליטעראַטן־פֿאַראיין אַ פֿײַערלעכער געזעגענונגס־אָוונט לכּבֿוד קולבאַקן. ס׳וועלן אַרויסטרעטן די אָנגעזענסטע שריפֿטשטעלער. אויך קולבאַק אַליין וועט לייענען פֿון זײַנע נײַסטע זאַכן.
נאָכן אָוונט — אַ באַנקעט.
ווען מע לייענט די נאָטיץ, לעבט די געשיכטע אויף פֿאַר אונדזערע אויגן. מיר קענען זיך פֿאָרשטעלן די שׂימחה און דעם נחת וואָס די ייִדן האָבן געשעפּט פֿון זייערע גרויסע שרײַבער. אָבער דאָ, אין דער נאָטיץ, ליגט אויך אַ טרויעריקע איראָניע: די פּוילישע ייִדן מאַכן קולבאַקן אַ יום־טובֿ, איידער ער פֿאָרט צוריק אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, און ווייסן נישט דאָס וואָס מיר ווייסן הײַנט יאָ: אַז קולבאַק וועט שוין מער נישט צוריקקומען, ווײַל מיט צען יאָר שפּעטער האָבן די סאָוועטן אים אַרעסטירט און אומגעבראַכט…
הגם די אַרטיקלען און ווערק, וואָס מע האָט געדרוקט אין ”ליטעראַרישע בלעטער“ זענען געווען פֿון זייער אַ הויכער קוואַליטעט, האָבן עס געלייענט נישט בלויז די אינטעלעקטואַלן, נאָר אויך ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר, האָט דערקלערט שמואל קאַסאָוו, אַ געשיכטע־פּראָפֿעסאָר אין טריניטי־קאָלעדזש. די צײַטשריפֿט איז געגרינדעט געוואָרן אין אַפּריל 1924 דורך אַ גרופּע אָנגעזעענע ייִדישע שרײַבער: מלך ראַוויטש, פּרץ מאַרקיש, י. י. זינגער און נחמן מײַזיל. מע האָט דאָרט געדרוקט רעצענזיעס פֿון נײַע ביכער, ווי אויך אַרטיקלען וועגן קונסט, טעאַטער, פּאָליטיק און די פּרטימדיקע טעטיקייטן פֿון ייִוואָ. און נישט בלויז וועגן ייִדישער קולטור האָט מען געשריבן. מע האָט דאָרט געקענט לייענען וועגן קונסט אין יאַפּאַן און דעם רוסישן טעאַטער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָט קאַסאָוו געזאָגט.
די רעדאַקטאָרן פֿון ”ליטעראַרישע בלעטער“ האָבן גענומען פֿאַר אַ מוסטער די פּוילישע ליטעראַרישע צײַטשריפֿט Wiadomosci Literackie, וווּ עס האָבן זיך געדרוקט די בעסטע פּוילישע שרײַבער פֿון יענער צײַט. ”די פּוילישע שריפֿטשטעלער האָבן דעמאָלט אַ סך געשריבן וועגן טוריסטיק, סקי, קאַיאַקן און עקסקורסיעס איבער פּוילן, ווי אַ מיטל אײַנצופֿלאַנצן אַ געפֿיל פֿון פּוילישן שטאָלץ און אײַנגעפֿונדעוועטקייט“, האָט קאַסאָוו דערקלערט. ”און אין די ׳ליטעראַרישע בלעטער׳ האָט עמנואל רינגלבלום אויך געשריבן רעצענזיעס וועגן דער לאַנד־קענטעניש באַוועגונג — וועגן די בערג, טאָלן און טײַכן, כּדי אײַנצופֿלאַנצן אין די ייִדן אַן איבערגעגעבנקייט צו דער ייִדישער קולטור אין פּוילן.“
משה־זכריה בעקער, דער קוראַטאָר פֿון יודאַיִקאַ אין סטאַנפֿאָרד־אוניוורעסיטעט, האָט געזאָגט דעם ”פֿאָרווערטס“, אַז דאָס קענען געפֿינען ”ליטעראַרישע בלעטער“, ווי אויך ”הײַנט“ און ”מאָמענט“ דורך דער אינטערנעץ איז טאַקע אַן אוצר. ”פֿריִער, ווען מע האָט געוואָלט עפּעס געפֿינען אין יענע צײַטשריפֿטן, האָט מע געדאַרפֿט ספּעציעל פֿאָרן אין ביבליאָטעק און באַשטעלן דעם באַנד אָדער דעם מיקראָפֿילם. איצט וועט עס זײַן גלײַך בײַ דער האַנט,“ האָט ער געזאָגט
”די בעסטע זאַך, איז וואָס מע וועט קענען געפֿינען אַלע נומערן אויף איין אָרט,“ האָט באַמערקט דוד פֿישמאַן, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער געשיכטע אין ”ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר“. ”נישט לאַנג צוריק בין איך געפֿאָרן אין ייִוואָ, זוכנדיק אַ באַריכט אין ׳הײַנט׳ וועגן דער לוויה פֿון ר׳ חיים בריסקער, חיים סאָלאָווייטשיק. האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז פּונקט יענער נומער פֿון ׳הײַנט׳ איז אין ייִוואָ נישט געווען. אין ירושלים איז עס יאָ געווען, אָבער אין ייִוואָ — נישט. איצט, אַז מע קען אַלע נומערן געפֿינען אויף איין וועבזײַט, איז וווּנדערלעך,“ האָט פֿישמאַן געזאָגט.
אין מיזרח־אייראָפּע פֿאַר דער מלחמה האָט מען, אַוודאַי, יאָ געקענט געפֿינען אַלע נומערן אין ייִוואָ, אָבער צוליב דער מלחמה זענען פֿאַרלוירן געגאַנגען אַ סך חפֿצים פֿון זייערע קאָלעקציעס, אַרײַנגערעכנט אַלטע נומערן פֿון די ייִדישע צײַטונגען. פֿאַר וואָס קען מען זיי אָבער אין ירושלים יאָ געפֿינען? ווײַל דאָרט האָט די ”נאַציאָנאַלע ייִדישע ביבליאָטעק“ ספּעציעל געשיקט פֿאָרשער איבער דער וועלט, צו געפֿינען אַלע נומערן, און זיי צונויפֿצוזאַמלען אויף איין אָרט.
”מיר באַמיִען זיך צו ראַטעווען אַלץ וואָס ס׳איז פֿאַרבליבן פֿון דער ייִדישער פּרעסע,“ האָט ירון צור, דער גרינדער און אָנפֿירער פֿונעם ”היסטאָרישע ייִדישע פּרעסע“־פּראָיעקט, געזאָגט דעם ”פֿאָרווערטס“. דורך נישטערן אין די ביבליאָטעקן אין וואַרשע, מאָסקווע, ניו־יאָרק און ירושלים, האָבן זיי טאַקע צונויפֿגעשטעלט גאַנצע קאָמפּלעטן פֿון די ייִדישע צײַטשריפֿטן, און דערבײַ געקאָנט דיגיטאַליזירן אַלץ פֿאַר דער אינטערנעץ.
”אונדזער פּלאַן איז מיט דער צײַט אַרויפֿצושטעלן אַלע ייִדישע צײַטשריפֿטן אויף דער אינטערנעץ — אַרײַנגערעכנט דעם ׳פֿאָרווערטס׳,“ האָט צור געזאָגט. כאָטש ער אַליין איז נישט קיין ייִדיש־רעדער, און שטאַמט פֿון די תּימנער ייִדן, האַלט צור, אַז מע מוז פֿאַראייביקן די ייִדיש־שפּראַכיקע פּרעסע פֿאַר די ווײַטערדיקע דורות.
”די תּקופֿה פֿון דער פּרעסע איז שוין פֿאַרבײַ, און איצט לעבן מיר אין דער אינטערנעץ־תּקופֿה,“ האָט צור געזאָגט. ”פֿון דעסטוועגן איז קלאָר, אַז אין דער צײַט ווען די פּרעסע איז געווען דער הויפּטמיטל פֿון קאָמוניקאַציע צווישן ייִדן, האָט ייִדיש געשפּילט אַ סך אַ גרעסערע ראָלע ווי ענגליש. אויף ייִדיש האָבן זיך געדרוקט אַזוי פֿיל זשורנאַליסטן, אַז ס׳איז אוממעגלעך זיי אַלע איבערצוציילן.“
”אויב מיר וועלן טאַקע באַווײַזן צו געפֿינען אַלע נומערן פֿון אַלע ייִדישע צײַטונגען איבער דער וועלט — האָט צור צוגעגעבן — קאָן עס נאָך ווערן די גרעסטע אינפֿאָרמאַציע־באַזע פֿונעם ייִדישן לעבן אין דער מאָדערנער תּקופֿה.“
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.