די אַמעריקאַנער אויסערן-פּאָליטיק צעשפּרייט זיך איבער דעם גאַנצן מיטל-מזרח, ווי רויך. דאָס איז אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד. וווּהין מע זאָל נישט קוקן, זעט מען בלוט-פֿאַרגיסונג, פֿײַער, מאָרד, געוואַלד-טאַטן און פֿאַרצווייפֿלונג: אין איראַק גייט אָן אַ כּסדרדיקער בירגער-קריג, איבערהויפּט צווישן די סוניטישע קעמפֿער און דער צענטראַלער מאַכט, אין שפּיץ מיטן שיִיִט נורי אַל-מאַלאַקי. אַזוי ווײַט איז דערגאַנגען די מלחמה, אַז די “אַל-קײַדאַ”־כּוחות האָבן אײַנגענומען די שטאָט פֿאַלודזשאַ, אָ שטאָט פֿון לערך דרײַ הונדערט טויזנט אײַנוווינער. סיריע — דאָס זעלבע; די שלאַכטן גייען אָן מיטן פֿולן ברען און די צאָל קרבנות שטײַגט כּסדר. מ’האָט שוין, דאַכט זיך פֿאַרגעסן, ווער מיט וועמען שלאָגט זיך. לבֿנון איז שוין אויך אַרײַנגעשלעפּט געוואָרן אין דעם פֿײַערדיקן קאַראַהאָד, און אין עגיפּטן ברענגט יעדער טאָג נײַע הרוגים.
גראָד איצט, מער ווי פֿריִער, לייגט אַמעריקע אַרײַן אַלע כּוחות אינעם לייזן דעם הונדערט־יאָריקן סיכסוך צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער. אפֿשר איז דאָס דער שוואַנען-געזאַנג פֿון דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק פֿאַר דעם, וואָס זי וועט זיך פֿאַרנעמען פֿון אונדזער שרעקלעכן ראַיאָן? גאַנץ מעגלעך. און דאָך איז דער שלום־פּראָצעס אָדער ווי מע זאָל אים נישט רופֿן, וויכטיק פֿאַר ישׂראל.
הײַנט, אַז די רעדער פֿון די פֿאַרהאַנדלונגען וועגן אַ “רעמל-הסכּם” נעמען זיך דרייען גיכער, האָט אַבֿיגדור ליבערמאַן גערעדט און איבערגעחזרט די הויפּט־פּונקטן, וואָס באַגלייטן זײַן פּאָליטיק שוין איבער צוואַנציק יאָר:
1 . דער הסכּם מיט די פּאַלעסטינער דאַרף פֿאַרזיכערן די ייִדישע מערהייט אין דער ייִדישער מדינה. (דער שטאַרקסטער אַרגומענט פֿון די ציוניסטישע לינקע קרײַזן פֿאַר אַ הסכּם).
2 . ישׂראל מוז בלײַבן אין די גרעסערע קאָלאָניעס (דאָס זעלבע פּרעדיקט אויכעט די אַרבעט־פּאַרטיי).
כּדי צו דערגרייכן די צוויי צילן, לייגט ליבערמאַן פֿאָר אויסצוטוישן די שטחים מיט דער צוקונפֿטיקער פּאַלעסטינער מדינה: די גרעסערע קאָלאָניעס, ירושלימער קוואַרטאַלן און קלענערע שטחים אויף דער מיזרח-זײַט פֿון דער “גרינער ליניע” בלײַבן אונטער דער ישׂראלדיקער פֿאָן; און די אַראַבישע דערפֿער וואָס געפֿינען זיך האַרט בײַ דער “גרינער ליניע”, בײַטן די ממשלות.
ער האָט זיך אויסגעדריקט אַזוי: “שאָסיי נומער 6 וועט זײַן די גרענעץ”.
צום ערשטן מאָל קומט צום אויסדרוק די גרויסע ענדערונג, וואָס אָט די שאָסיי האָט געמאַכט אין דעם געאָ-פּאָליטישן מצבֿ פֿון מדינת־ישׂראל.
עס דאַרף דערמאָנט ווערן, אַז אַ טייל פֿון די אַראַבישע דערפֿער, הײַנט שוין שטעטלעך אָדער שטעט, זענען איבערגעגעבן געוואָרן צו ישׂראל דורך יאָרדאַניע, ווי אַ טייל פֿון דעם אָפּמאַך וועגן פֿײַער-איבעררײַס אין יאָר 1949. בן-גוריון האָט זיך דעמאָלט באַמיט צו פֿאַרברייטערן די “שמאָלע טאַליע” פֿון דער וויכטיקסטער לעבנס-אַרטעריע פֿון דער יונגער מדינה.
אַזוי זענען געוואָרן די אײַנוווינער פֿון “קפֿאַר-קאַסעם”, “טײַבע”, “דזשאַלזדשוליאַ”, “טיראַ”, “באַקאַ” און פֿון נאָך אַנדערע דערפֿער ישׂראלדיקע בירגער.
דערמיט, אָבער, האָט בן־גוריון נאָך נישט געלייזט אַן אַנדער פּראָבלעם, אַ פֿיל שווערערע: דער גליל איז געווען פֿאַרבונדן מיט דעם ייִדישן צענטער אַרום תּל-אָבֿיבֿ בלויז מיט איין שאָסיי, די ים-שאָסיי צווישן חיפֿה און תּל-אָבֿיבֿ. טאַקע דעריבער האָט ישׂראל געקראָגן דעם אַראַבישן “וואַדי אַראַ”, אַ צווייטער שאָסיי צום גליל.
הײַנט, האָט דער שאָסיי נומער 6, וואָס ציט זיך פֿון באר-שבֿע ביז יקנעם (אַ ביסל דרום-מיזרח פֿון חיפֿה) אויפֿגעטאָן צוויי זאַכן: פֿאַרבונדן דירעקט דעם דרום מיטן גליל, אָן דעם אַזוי אויך אָנגעלאָדענעם “צענטער”, און פֿאַרקלענערט די וויכטיקייט פֿון דעם ווירע-שאָסיי, וואָס ציט זיך אַדורך וואַדי-אַראַ. אַזוי אַרום האָט וואַדי־אַראַ אויפֿגעהערט צו שפּילן די ראָלע, וואָס ס’האָט געשפּילט פֿון אוראַלטע צײַטן אָן: אַ גרינגע פֿאַרבינדונג צווישן מערבֿ און מיזרח, דער הויפּט־וועג צווישן אַפֿריקע און סיריע, מעסאָפּאָטאַמיע.
די לייזונג פֿון איבערגעבן די טעריטאָריעס וואָס געפֿינען זיך האַרט בײַ דער “גרינער ליניע”, שטימט נישט מיטן “באָן-טאָן” אָדער “פּאָליטיקלי-קאָרעקט”; פֿונדעסטוועגן, האָט ליבערמאַן נישט קיין שם פֿון אַ פּאָליטיקער, וואָס רעכנט זיך מיטן אָנגענומענעם. ער האָט, צום בײַשפּיל, באַטאָנט פֿון לאַנג, אַז עס אַרט אים נישט אַוועקצוגעבן די פּאַלעסטינער זײַן “אייגענע קאָלאָניע”, נוקדים, וואָס ער איז געווען צווישן אירע גרינדער און וווינט דאָרט ביזן הײַנטיקן טאָג.
ליבערמאַנס שטעלונג איז וויכטיק, ווײַל ער, געווייטלעך, מערקט אָפּ דעם רעכטן פֿליגל פֿון “הליכּוד”; דאָס הייסט, אַז נתניהו אַליין, וואָס קיינער, אַרײַנגערעכנט זײַנע מיניסטאָרן, הייבט נישט אָן צו וויסן, וואָס עס איז זײַן שטעלונג אין די איצטיקע פֿאַרהאַנדלונגען, האָט אַ נאָענטע שטעלונג מיט ליבערמאַנען, אָבער מיט אַ לינקן “קנייטש”.
כּמעט די גאַנצע פּאָליטישע אַרענע שטייט מער לינקס ווי ליבערמאַן. דער איינציקער וואָס קוקט אויף אָט דער שטעלונג פֿון רעכטס, איז נפֿתּלי בענעט און זײַן פּאַרטיי. דאָס הייסט אויך, אַז עס איז כּמעט זיכער, כאָטש זיכערער וועט שוין נישט זײַן, אַז אַ באַזע פֿאַר אַ שלום־אָפּמאַך, וואָס ער וועט גוטהייסן ווערט אָנגענומען אויך אין דעם נאַציאָנאַלן אויספֿרעג, וואָס דאַרף זײַן, לויט נתניהו, אַ וויכטיקער שטאַפּל אויפֿן וועג צו אַ הסכּם. עס איז שווער צו זען, ווי די רעגירונג וועט קענען “איבערלעבן” אַן אָפּמאַך, וואָס וועט נישט קריגן ליבערמאַנס הסכּמה. דאָס איז ווײַל, זײַן פֿראַקציע, מער ווי אַ דריטל פֿון דער הײַנטיקער “ליכּוד”־פֿראַקציע וועט זיך קעגנשטעלן.
צו זיי מוז מען צוגעבן די “ליכּוד”־מיטגלידער, וואָס זענען מער רעכט געשטימט פֿון נתניהו, און די גאַנצע בענעט-פֿראַקציע, וועלכע וועט זיך נישט קענען פֿאַרגינען צו זײַן מער לינקס ווי ליבערמאַן. צווישן “ליכּוד”, ליבערמאַן און “דאָס ייִדישע הויז” גייט אָן אַ שטענדיקער קאַמף איבער דעם זעלבן “עולם”, און ליבערמאַן — ווייניקער צוליב זײַן פּאָליטישן כּוח, און מער צוליב זײַן שטיין “אין דער מיטן” פֿון דעם רעכטן לאַגער — איז זייער אַ גוטער מקור צו פֿאַרשטיין, וווּהין עס בלאָזן די ווינטן צווישן די “רעכטע”.
דער וועג צו אַ הסכּם איז זייער לאַנג און די שטרויכלונגען זענען נאָך זייער גרויס. פֿון דעסטוועגן, זענען ליבערמאַנס רייד געקומען בשעת די שפּאַנונג און דער נײַגער אין ישׂראל וואַקסן, צוליב דעם שטענדיקן מאַנגל אין ידיעות און סתּירהדיקע אָנצוהערענישן וועגן די שלום-פֿאַרהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער.
עס איז גאַנץ מעגלעך, אַז זיי זענען נאָענט צו דער אמתדיקער ישׂראלדיקער שטעלונג, און אויב זיי ווײַזן נישט די “רויטע ליניעס”, דאַכט זיך, אַז די פּאַלעסטינער וועלן נישט קענען קריגן פֿון נתניהו און פֿון יעדן פּרעמיער, מער ווי אויסצובײַטן די שטחים. זיי וועלן מוזן מאַכן שלום מיט דעם געדאַנק, אַז די גרעסערע קאָלאָניעס וועלן בלײַבן שטיין,וווּ זיי שטייען איצט, און די פּליטים וועלן זיך אומקערן אין דעם באַגרענעצטן שטח פֿון דעם מערבֿ-ברעג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.