דער מצבֿ פֿון דער פּרעסע בײַטן זיך פֿאַר אונדזערע אויגן. מע זעט עס בולט אין דעם ווי עס פֿאַלט דער רווח פֿון רעקלאַמע. אין יאָר 2000 האָבן די אַמעריקאַנער צײַטונגען באַקומען 63.5 ביליאָן דאָלאַר ווי אַ רווח פֿון רעקלאַמע. אין צוועלף יאָר אַרום איז עס געפֿאַלן ביז 19 ביליאָן. בינו-לבינו, איז דער רעקלאַמע-רווח פֿון דעם “Google” אויסגעוואַקסן פֿון גאָרנישט ביז 46.5 ביליאָן. די אַמעריקאַנער צײַטונג-אינדוסטריע האָט אין משך פֿון צען יאָר, צווישן 2001 און 2011, פֿאַרלוירן 44 פּראָצענט אַרבעטער.
דער דאָזיקער פֿענאָמען איז ניט קיין ריין אַמעריקאַנער. אין אייראָפּע פֿאַלט דער רווח פֿון צײַטונגען מער ווי אויף 10 פּראָצענט אַ יאָר. אין גרויס-בריטאַניע איז דער אַלגעמיינער טיראַזש פֿון די צײַטונגען געוואָרן אין דעם יאָרהונדערט אויף אַ פֿערטל קלענער.
דאָס איז גאָר ניט דער ערשטער קריזיס, וואָס די פּרעסע לעבט איבער. אַ שטאַרקן קלאַפּ האָט די אינדוסטריע דערפֿילט, ווען עס האָט זיך ברייט אַנטוויקלט די טעלעוויזיע און ראַדיאָ. אין אַמעריקע זײַנען די טיראַזשן פֿון צײַטונגען געפֿאַלן בערך אויף אַ העלפֿט אין דער צווייטער העלפֿט פֿון דעם 20סטן יאָרהונדערט. אָבער דעמאָלט האָט דער קריזיס געהאַט אַן אַנדער פּנים, דהײַנו: עס פֿלעגן זיך פֿאַרמאַכן שוואַכע אויסגאַבעס, בעת די גרויסע און שטאַרקע האָבן דערווײַל געלעבט אַ טאָג. הײַנט פֿילן שוועריקייטן אַפֿילו די גרעסטע צײַטונגען.
דער הימל איז דערווײַל ניט בײַ דער ערד. איך שרײַב די דאָזיקע שורות זונטיק, אין אָקספֿאָרד, און ווען איך האָב זיך געכאַפּט אַרום איינס אַ זייגער, אַז איך האָב נאָך ניט געקויפֿט דעם „טײַמס‟, האָב איך געמוזט אַרײַנפֿאָרן אין עטלעכע געשעפֿטן ביז מיר האָט אָפּגעגליקט צו קריגן אַ קאָפּיע, וועלכע מע האָט נאָך ניט געהאַט אויסגעכאַפּט. אָבער ס’איז קלאָר, אַז דער הויפּט-רוים פֿאַר נײַעס איז אַריבער צו אינטערנעץ, און דער דאָזיקער רוים פֿאָרמולירט נײַע באַדינגונגען סײַ פֿאַר לייענער סײַ פֿאַר זשורנאַליסטן.
נײַ איז געוואָרן, אַ שטייגער, דער אופֿן פֿון רעאַגירן אויף די פּובליקאַציעס. אַ מאָל פֿלעגט מען שרײַבן בריוו. יעדע רעדאַקציע האָט געהאַט מענטשן, אָדער לכל-הפּחות אַ מענטשן, פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דער קאָרעספּאָנדענץ מיט לייענער. זייער אַ רײַכע טראַדיציע האָט אין דעם זין אונדזער צײַטונג. כּמעט לעגענדאַר איז געוואָרן דאָס „בינטל בריוו‟; אָבער אַ חוץ דעם „בינטל‟, האָט דער „פֿאָרווערטס‟ געדרוקט בריוו אין דער סעקציע „פֿון פֿאָלק צו פֿאָלק‟.
דער אונטערשייד איז געווען, אַז אין דעם „בינטל‟ פֿלעגן די לייענער בלײַבן אַנאָנים און די רעדאַקציע (וועלכע האָט געוווּסט די נעמען) האָט געענטפֿערט אויף די בריוו. מע האַלט, אַז אייניקע פֿון זיי זײַנען געווען אויסגעטראַכטע, אָנגעשריבן דורכן רעדאַקטאָר. אַנדערש איז געווען מיט די בריוו, געדרוקט אין „פֿון פֿאָלק צו פֿאָלק‟. דאָרטן זײַנען בדרך-כּלל געווען אָנגעוויזן די נעמען, ווי אויך די שטעט, און געדרוקט האָט מען די בריוו אָן אַן ענטפֿער פֿון דער רעדאַקציע.
איצט איז עס אַלץ כּמעט אין גאַנצן אָפּגעשטאָרבן. לייענער שרײַבן אינטערנעץ-קאָמענטאַרן, גלײַך אונטערן אַרטיקל. און דאָס האָט געשאַפֿן אַ נײַע קולטור: ס’רובֿ קאָמענטאַרן זײַנען „בינטל בריווערישע‟, דאָס הייסט, אַז די לייענער ווײַזן ניט אָן זייערע ריכטיקע נעמען, נאָר שרײַבן זיך אונטער מיט אַ נאָמען פֿון דער הפֿטורה. און אונטער אַזאַ מאַסקע דערלויבט מען זיך צו שרײַבן פֿאַרשיידענע זאַכן, מע שעמט זיך ניט „אַרײַנצוזאָגן‟.
איך ווייס ניט, וואָס אַנדערע מיינען וועגן אַזעלכע פֿאַרמאַסקירטע אַרײַנזאָגענישן, אָבער איך האַלט זיי פֿאַר מיאוסקייטן. בפֿרט נאָך, אַז די מחברים, וועגן וועלכע זיי שרײַבן, באַהאַלטן זיך ניט. לויט מײַן טײַטש, איז אַ פֿאַרמאַסקירטער קאָמענטאַר ענלעך צו אַ מסירה. אָדער אויף ניבֿול-פּה, אָנגעשריבן ערגעץ אויף אַ וואַנט צי אַ פּלויט. און אַ סימן פֿון פּחדנות אויך.
איך בין לחלוטין ניט קעגן דעם, מע זאָל מיר אָנווײַזן אויף אַ גרײַז צי פּשוט אַ נאַרישקייט אין מײַן אַרטיקל. אָבער פֿאַר וואָס דאַרף מען עס טאָן בגנבֿה? אַזאַ פּסיכאָלאָגיע קען איך ניט פֿאַרשטיין. און באַרעכטיקן מאָראַליש קען איך עס אויך ניט.
***
איינער פֿון די מסירה-שרײַבערס האָט זיך אָנגערופֿן יואל, און ער, דער דאָזיקער „נסתּר‟, מישטיינס געזאָגט, שרײַבן מיר (איך היט אָפּ די אָרטאָגראַפֿיע): „מיר זענען אייך מוחל און האבן אייך נאכמאל ליב ווי גוטע ברודער. מיר האבן נישט געוויסט אז אייערע העסליכע ארטיקלען קומט ווייל איר האט אונז ליב מער ווי אייך אליינס! דאס איז דאך דער ריכטיגער ואהבת לרעיך כמוך כל התורה כולה על רגל אחת. בראווא פאר אייער הערויאישער אפענקייט. איך וואונטש אייך א רפואה שלימה.‟
אַזוי האָט אָט דער „יואל‟ רעאַגירט אויף מײַן דערציילונג „אַ ייִדישע ניטל-געשיכטע‟. ער איז, אַגבֿ, געווען ניט דער איינציקער, וואָס האָט די געשיכטע — אין גאַנצן אַן אויסגעטראַכטע — אויפֿגענומען פֿאַר ריין געלט, מיינענדיק, אַז איך האָב געשריבן וועגן זיך אַליין. גלײַך ווי איך בין געבוירן געוואָרן אין פּוילן, וווין אין דײַטשלאַנד, האָב שוין די צווייטע דײַטשישע פֿרוי, און בין דערצו נאָך דעפּרעסיוו! ס’איז ממש אַ קאָמעדיע צו פֿאַרטײַטשן די דאָזיקע מעשׂה ווי אַ סימן, אַז איך האָב ליב „זיי‟ מער ווי זיך אַליין. איך וויל זיך ניט גלײַכן, חלילה, מיט שלום-עליכמען, אָבער לויט דער זעלבער לאָגיק, דאַרף מען האַלטן דעם ייִדישן קלאַסיקער פֿאַר טבֿיה דעם מילכיקן. ווער זײַנען די דאָזיקע „זיי‟, וועמען עס שטעלט פֿאָר דער דאָזיקער „יואל‟? די מסירה-שרײַבערס? איך האָב זיי גאָר ניט ליב. און וועל קיין מאָל ניט פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס איך דאַרף זיי ליב האָבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.