אין זײַן קלאַסישן בוך, אָנגעשריבן אינעם יאָר 1988, האָט דער שרײַבער ניל גאַלבער געוויזן, ווי אַזוי די ייִדישע פּיאָנירן פֿונעם אַמעריקאַנער קינעמאַטאָגראַף האָבן שטאַרק געווירקט אויף דער גאַנצער „האָליוווּד‟־אימפּעריע און פֿאַרוואַנדלט קינאָ אינעם פּאָפּולערסטן קונסט־זשאַנער אינעם לאַנד. אָן דער השפּעה פֿון די פֿריִיִקע ייִדישע קינאָ־שאַפֿער, וואָלט דער הײַנטיקער „האָליוווּד‟ נישט געקאָנט עקזיסטירן.
ווייניק אַמעריקאַנער פֿילמען האָבן אָבער אַ שײַכות צו ייִדישקייט. אַדרבה, הגם די ייִדישע קינאָ־גיגאַנטן האָבן, מעגלעך, געפּראַוועט ייִדישע יום־טובֿים בײַ זיך אין דער היים, האָבן זיי געשילדערט אַמעריקע ווי אַ ווײַס קריסטלעך לאַנד. די דאָזיקע פּאָפּולערע סטערעאָטיפּן האָבן זיי געהאָלפֿן צו שאַפֿן זייערע גרויסע קאַפּיטאַלן. אַ סך ייִדישע אַקטיאָרן האָבן געביטן זייערע נעמען, זיי זאָלן קלינגען עכט־אַמעריקאַניש: בעטי פּערסקע איז געוואָרן לאָרען באַקאַל און בערנאַרד שוואַרץ — טאָני קערטיס.
די עכטע ייִדישע פֿילמען שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ באַזונדערע וועלט און ווערן געשפּילט אויף 80 ספּעציעלע פֿעסטיוואַלן אין פֿאַרשיידענע אַמעריקאַנער שטאַטן. דער גרעסטער ייִדישער קינאָ־פֿעסטיוואַל אין אַמעריקע איז פֿאָרגעקומען פֿונעם 24סטן יולי ביזן 10טן אויגוסט אין לאָס־אַנדזשעלעס. די דאָזיקע אונטערנעמונג, געגרינגעט אינעם יאָר 1980, איז הײַנט דער עלטסטער און דער גרעסטער צווישן די ייִדישע קינאָ־פֿעסטיוואַלן.
דעם 8טן יאַנואַר, הייבט אָן דער קלאַסישער ניו־יאָרקער ייִדישער קינאָ־פֿעסטיוואַל, מיטפּרעזענטירט פֿון דער פֿילם־געזעלשאַפֿט בײַם „לינקאָלן־צענטער‟ און דעם שטאָטישן ייִדישן מוזיי. הײַיאָר, לייגט דער ניו־יאָרקער פֿעסטיוואַל פֿאָר אַ באַזונדערס רײַכע פּראָגראַם פֿון פֿילמען, אַרײַנגערעכנט פּאַוועל פּאַווליקאָווסקיס „אידאַ‟ און יובֿל אַדלערס אויסגעצייכנטן דעביוט־פֿילם, „בית־לחם‟. ביידע פֿילמען וועלן געשפּילט ווערן אין די אַמעריקאַנער קינאָ־טעאַטערס שפּעטער הײַיאָר. מיט צוויי וואָכן שפּעטער, וועלן זיי אויך געוויזן ווערן בעת דעם ייִדישן קינאָ־פֿעסטיוואַלן אין מיאַמי — אַן אַנדער אויסגעצייכנטע אונטערנעמונג, וואָס וועט פֿאָרקומען פֿונעם 23סטן יאַנואַר ביזן 3טן פֿעברואַר. להיפּוך צום קאַלטן ניו־יאָרק, וועט אין פֿלאָרידע דעמאָלט הערשן אַ וואַרעמער שיינער וועטער.
אַן אַנדער איין־וואָכיקער פֿעסטיוואַל, געווידמעט דעם ספֿרדישן קינעמאַטאָגראַף, וועט זיך אָנהייבן אין ניו־יאָרק דעם 15טן מאַרץ. הײַיאָר וועט דאָרטן געוויזן ווערן אַ דאָקומענטאַר וועגן די לעצטע ייִדן אין ליביע און איסמאַעל פֿערוכיס „טרילער‟ וועגן דער צווייטער וועלט־מלחמה, „אַ פֿרײַער מענטש‟.
נישט בלויז אין אַזעלכע ייִדישע צענטערס, ווי ניו־יאָרק און מיאַמי קומען פֿאָר אַזעלכע אונטערנעמונגען. למשל, פֿונעם 9טן ביזן 22סטן יאַנואַר וועט אַ ייִדישער קינאָ־פֿעסטיוואַל דורכגעפֿירט ווערן גאָר אין אַלאַבאַמע, אין דער שטאָט מאָביל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.