דעם 5טן יאַנואַר מיט 105 יאָר צוריק איז געשטאָרבן אין ניו-יאָרק, אין גרויס נויט דער טאַטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער, אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען. דער ייִדישער טעאַטער אין וואַרשע האָט געווידמעט אַ טעאַטראַלישע אַקאַדעמיע אין אָנדענק פֿונעם גרויסן טעאַטראַל, זונטיק, דעם 5טן יאַנואַר 2014.
דער גרויסער פּוילישער אַקטיאָר דניאל אָלבריסקי האָט געשפּילט די ראָלע פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען אין דער דאָזיקער אַקאַדעמיע. אָלבריסקי איז אַ מין פּוילישער לאָרענס אָליוויע, און ער שפּילט נישט נאָר אין פּוילן, נאָר אין אויסלאַנד אויך. ער האָט געשפּילט איינע פֿון די הויפּט־ראָלעס אין דעם דײַטשישן פֿילם „בלעך-פּויקן‟. מיט אַנדזשעלינאַ דזשאָלי האָט ער געשפּילט אינעם פֿילם „סאָלט‟.
דער רומענישער רעזשיסאָר אַנדריי מונטיאַנו, וואָס האָט אין חודש דעצעמבער רעזשיסירט שלום אַשס „גאָט פֿון נקמה‟, אינעם וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער האָט צוגעגרייט אויך דעם דאָזיקן ספּעקטאַקל. קינד־און־קייט אין וואַרשע ווייסן ווער איז אָלבריסקי. אַ סך ווייניקער מענטשן ווייסן ווער איז געווען אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען. אַ דאַנק דעם פּוילישן „סטאַר‟, האָבן זיך אַ סך וואַרשעווער אויסגעלערנט אַ קאַפּיטל טעאַטער־געשיכטע.
אָלבריסקי אין דער ראָלע פֿון גאָלדפֿאַדען סומירט זײַן לעבן בזה־הלשון: „דעם 9טן יאַנואַר 2013 בין איך געשטאָרבן. געשאַפֿן האָב איך אַ טעאַטער פֿאַר אַ גאַנץ פֿאָלק. געשטאָרבן בין איך אַליין.‟ טערעזאַ ווראָנסקאַ, די מוזיקאַלישע לייטערין פֿונעם טעאַטער האָט באַגלייט די אַקטיאָרן פֿונעם ייִדישן טעאַטער, וואָס האָבן געזונגען לידער פֿון גאָלדפֿאַדענס פּיעסעס.
מיר האָבן ערשט דערמאָנט אַנדריי מונטיאַנו, דער יונגער, ייִדיש־רעדנדיקער רעזשיסאָר פֿון בוקאַרעשט, ווי אויך די פּיעסע „גאָט פֿון נקמה‟. די פּיעסע, ווײַזט זיך אַרויס, געפֿעלט נישט בלויז די קריטיקער, נאָר דעם עולם אויך. מיט צוועלף יאָר צוריק האָט דער אַקטיאָר און רעזשיסאָר יוליוס בערגער געבעטן בײַ די אַקטיאָרן פֿונעם וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער זיי זאָלן אַרבעטן מיט אַלע כּוחות אויף דימאָווס „יאָשקע מוזיקאַנט‟. ווער ווייסט, — האָט בערגער דעמאָלט געזאָגט, — אפֿשר דאָס איז די לעצטע פּיעסע, וואָס מיר שפּילן אין ייִדיש אין וואַרשע.
דער ייִדישער טעאַטער אין וואַרשע שפּילט פֿון צײַט צו צײַט אַנ־סקיס „דיבוק‟ אין ייִדיש מיט שמעון שורמיעי אין זײַן גרויסער ראָלע ווי דער מיראָפּאָלער צדיק. אָבער, כּמעט אַלע פּיעסעס ווערן געשפּילט אין פּויליש. דערפֿאַר איז דאָס שפּילן פֿון שלום אַשס „גאָט פֿון נקמה‟ און טאַקע אין ייִדיש, אַ נאָווינע.
נאָך אַ זעלטענע זאַך, וואָס איז הײַנט שווער צו געפֿינען סײַ אין אַמעריקע, סײַ אין אייראָפּע — אַ ייִדיש רעדנדיקער רעזשיסאָר.
די פּוילישע פּרעסע איז מלא־שבֿחים פֿאַר דער נײַער אויספֿירונג. אין דעם פּאָפּולערן פּאָרטאַל TEATERDLAWAS, אָדער „טעאַטער פֿאַר אײַך‟, לויבט איוואַ פּאַזנעראָוויטש די אַקטיאָרן פֿונעם ייִדישן טעאַטער. „זיי זענען אַ גאָר טאַלאַנטירטער אַנסאַמבל‟, — שרײַבט זי.
זי לויבט דעם רעזשיסאָר אַנדריי מונטיאַנו אין הימל אַרײַן. שטאַרק געפֿעלן געוואָרן איז איר די סצענע מיט די קבצנים וואָס יענקל, דער „פֿעטער‟, פֿאַרבעט אויף דער שׂימחה פֿון זײַן טאָכטער. דער געדאַנק צו טיילן די סצענאָגראַפֿיע אויף צוויי גאָרנס — אויבן פֿאַר יענקלס שטוב, און אונטן פֿאַר זײַן באָרדעל — איז אויך זייער געלונגען, שרײַבט זי.
חיים רײַפֿער, שפּילט ערשט קלאַסיק די ראָלע פֿון יענקל שאַפּשאָוויטש, אַן אַלפֿאָנס, וואָס וויל געפֿינען אַ כּשרן שידוך פֿאַר זײַן טאָכטער. די מוזיק איז אויך אויסטערליש שיין און פּאַסט פֿאַר דער דראַמע, שרײַבט די טעאַטער־קריטיקערין.
ווי געזאָגט, נישט נאָר דער פּרעסע, דעם עולם אויך געפֿעלט די נײַע פֿאָרשטעלונג. די לעצטע דרײַ אויפֿפֿירונגען זענען געווען געפּאַקט.
דער נײַער וואַרשעווער JCC באָט אָן אַ ריי מאָלערישע באַגעגענישן. פֿאַר 20 זלאָטעס (אָדער זיבן דאָלאַר) וועט איר קענען זיך אויסלערנען די תּורה פֿון צייכענען און מאָלן. דעם 14 יאַנואַר וועט מען אײַך לערנען ווי מען מאַכט אַ פּאָרטרעט און טאַקע פֿון זיך אַליין. דעם 28 יאַנואַר — די זעלבע יענטע, נאָר אַנדערש געשלייערט — ווי מאָלט מען אַ קוביסטישן פּאָרטרעט און מיט פּאַסטעל־פֿאַרבן דערצו. די וואַרשטאַט־תּלמידים וועלן זיך טרעפֿן צוויי מאָל אַ חודש און פֿאַרנעמען זיך מיט כּל־המינים אַספּעקטן פֿון מאָלערײַ: מאָלן מיט אַקוואַרעלן, קאָפּירן מײַסטער־ווערק, מאַכן אַ סקולפּטור; נישט סתּם א סקולפטור, נאָר אַ סקולפּטור פֿונעם באַרימטן גולם און נאָך און נאָך.
לכּבֿוד פּסח וועט מען מאַליעווען „טויטע נאַטור‟, דער עיקר, פֿרוכטן; אין אַפּריל, אפֿשר לכּבֿוד דעם פֿרילינג וועט מען לערנען צו מאַכן אַ סקיצע מיט אַ לעבעדיקער מאָדעלקע. בײַם סוף פֿונעם מאָלערישן שול-יאָר וועט דער JCC מאַכן אַן אויסשטעלונג מיט אַלע ווערק פֿון די אָנטיילנעמער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.