די רוסישע אָליגאַרכן האָבן זײערע אײגענע „האָביס‟. אײנער זאַמלט טײַערע אױטאָס, דער אַנדערער — טײַערע פֿערד, דער דריטער קױפֿט פֿוטבאָליסטן פֿאַר זײַן מאַנשאַפֿט. דער כעמישער מאַגנאַט, און דער אַמאָליקער פֿאָרזיצער פֿונעם „רוסישן ייִדישן קאָנגרעס‟, ווי אויך דער הײַנטיקער ראָש פֿונעם אײראָפּעיִשן ייִדישן קאָנגרעס, װיאַטשעסלאַװ־משה קאַנטאָר, זאַמלט קונסט. זײַן קאָלעקציע רופֿט זיך „מוזײ פֿון דער אַװאַנגאַרד־קונסט‟ און נעמט אַרײַן אַרום דרײַ הונדערט קונסטװערק. דער דאָזיקער מוזײ האָט ניט קײן אײגענעם לאָקאַל, אָבער פֿון מאָל צו מאָל װײַזט מען טײלן פֿון קאַנטאָרס אוצרות דעם ברײטן פּובליקום.
די הײַ־יאָריקע אױסשטעלונג פֿון קאַנטאָרס מוזײ קומט פֿאָר אין די סאַמע בכּבֿודיקע זאַלן פֿונעם מאָסקװער פּושקין־מוזײ פֿאַר אָפּבילד־קונסטן. און קאַנטאָר װײַזט, צום ערשטן מאָל אין מאָסקװע, די סאַמע פּערל פֿון זײַן זאַמלונג: די בילדער פֿון מאָדיליאַני, שאַגאַל, סוטין, רעפּין, סעראָװ. כּמעט אַלע קינסטלער האָבן אַ ייִדישן אָפּשטאַם, און מען האָט אַפֿילו אָנגעוויזן זײערע ייִדישע נעמען אין קלאַמערן לעבן זײערע מער באַקאַנטע, אײראָפּעיִשע נעמען. אַזאַ מין זאָרגעװדיקײט דערמאָנט אַ ביסל אין דער אַנטיסעמיטישער אָבסעסיע מיט געהײמע ייִדן, װאָס פֿאַרװאַלטן מיט דער װעלט; אָבער קאַנטאָרס כּװנה איז אַװדאי ניט קײן שלעכטע. ער איז אױסן צו װײַזן, אַז ייִדן האָבן געשפּילט די סאַמע צענטראַלע ראָלע אין דער אַנטװיקלונג פֿון דער מאָדערנער אײראָפּעיִשער און רוסישער קונסט.
חוץ די באַרימטע אײראָפּעיִשע, דער עיקר, פֿראַנצױזישע, מאָדערניסטן, זעט מען דאָ אַ היפּשע צאָל װערק פֿון די סאָװעטישע אַװאַנגאַרדיסטן, אָנהײבנדיק פֿון אַלכּסנדר טישלער און ראָבערט פֿאַלק ביז איליאַ קאַבאַקאָװ, גרישע ברוסיקיּן, װיקטאָר פּיװאָװאַראָװ. קאַנטאָר פֿאָרמולירט זײַן פּרינציפּ פֿון זאַמלען אַזױ: „די קונסט, װאָס איז זײער רוסיש, זײער ייִדיש, און זײער פּראָמינענט‟. אַלע דרײַ אַספּעקטן זײַנען פֿאַר אים װיכטיק, און דערפֿאַר געפֿינט מען דאָ ניט קײן װערק, װאָס זײַנען „צו ייִדיש‟. אין דער הקדמה צו דער אױסשטעלונג דערקלערט קאַנטאָר, אַז ער זוכט אַזעלכע װערק, „װאָס זײַנען געשאַפֿן געװאָרן ניט דורך אױפֿגערײצטן שטאָלץ און סאָציאַלן פּראָטעסט‟, נאָר דורך „ליבע, װאָס איז אין מײַנע אױגן דער סאַמע העכסטער פֿון די מענטשלעכע טאַלאַנטן‟ .
די לעצטע פֿאָרמולירונג איז טשיקאַװע, װײַל דװקא דער סאָציאַלער פּראָטעסט איז געװען די װיכטיקע טרײַבקראַפֿט לטובֿת דער אַװאַנגאַרדיסטישער שעפֿערישקײט. אינעם אָנהײב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט האָבן די רוסיש־ייִדישע אַװאַנגאַרדיסטן, װי אל ליסיצקי און מאַרק שאַגאַל, זיך אַקטיװ באַטײליקט אינעם שאַפֿן אַ נײַע רעװאָלוציאָנערע קונסט, בעת אין די 1960ער און די 1970ער יאָרן האָבן זיך אױסגעפֿורעמט די נאָן־קאָנפֿאָרמיסטישע אונטערערדישע קונסט־שטראָמונגען אינעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. אָבער אַזאַ מין װערק זעט מען לגמרי ניט אין קאַנטאָרס זאַמלונג. אַפֿילו די סאָװעטישע אַמאָליקע נאָן־קאָנפֿאָרמיסטן, װאָס זײַנען איצט געװאָרן פּאָפּולער און מצליח, װערן דאָ פֿאָרגעשטעלט מיט יענע װערק זײערע, װאָס טראָגן ניט קײן שפּור פֿון פּראָטעסט און פּראָװאָקאַציע.
דעריבער איז עס מסתּמא ניט צופֿעליק, װאָס אױף קאַנטאָרס אױסשטעלונג זעט מען ניט קײן פּאָליטיש־אַנגאַזשירטע װערק. זײַן נוסח פֿון אַװאַנגאַרד האָט אָנגעװױרן זײַן זאַלץ און פֿעפֿער, די שאַרפֿקײט און דעם צאָרן. װאָס איז פֿאַרבליבן — איז אַ מין הײמישע שײנקײט, מיט אַ ביסל איראָניע און װיץ לױטן געשמאַק פֿון אַ גבֿיר. אַזאַ מין קונסט קאָן מען באַװוּנדערן אין אַ פּרעכטיקן סאַלאָן אָדער אַ קאָרפּאָראַטיװן זיצונג־צימער. באַזונדערס בולט קומט דאָס אין פֿאַרגלײַך מיט דער אױסשטעלונג פֿון מיכאל גראָבמאַן, װאָס קומט פֿאָר אײנצײַטיק אינעם מאָסקװער מוזײ פֿאַר דער מאָדערנער קונסט (װעגן דעם האָט דערצײלט אין דעצעמבער די מאָסקװער קאָרעספּאָנדענטין פֿון „פֿאָרװערטס‟ סאַשע פּאָליאַן).
גראָבמאַן האָט אָנגעהױבן זײַן קינסטלערישע קאַריערע אין מאָסקװער „אונטערערד‟ אין די 1960ער, צוזאַמען מיט אַנדערע נאָן־קאָנפֿאָרמיסטן. אין 1971 האָט ער עולה געווען. ער האָט געהאַלטן פֿאַר זײַן שליחות צו מאַכן אַ „ייִדישע‟ רעװאָלוציע אין דער ישׂראלדיקער קונסט. צוליב דעם האָט ער געשאַפֿן אַ קינסטלערישע גרופּע מיטן נאָמען „לװיתן‟, אָבער קײן גרױסע איבערקערעניש אױף דער קונסט־בינע אין ישׂראל האָט ער ניט געמאַכט. די מאָסקװער אױסשטעלונג, װאָס איז כראָנאָלאָגיש צעטײלט אויף פֿיר טײלן, פֿאַרסך־הכּלט גראָבמאַנס שעפֿערישע תּקופֿות. דאָ זעט מען אַ סך פּראָטעסט, כּעס און באַגער איבערצואַנדערשן די װעלט דורך קונסט.
גראָבמאַן געהערט ניט צו קאַנטאָרס באַליבטע אַװאַנגאַרדיסטן. אין זײַנע װערק איז ניטאָ קײן סך ליבע און שײנקײט, און קײן טאָלעראַנץ איז דאָ בפֿירוש ניטאָ. גראָבמאַן איז אױסן צו שאַפּֿן אַן אײגענע סימבאָלישע שפּראַך פֿון קבליסטישע אימאַזשן, אַלט־קריסטלעכע סימבאָלן און אַבסטראַקטע פֿיגורן. ער רופֿט זײַן נוסח „דער צװײטער אַװאַנגאַרד‟, װי אַ המשך פֿונעם ערשטן רוסיש־ייִדישן אַװאַנגאַרד פֿון דער תּקופֿה פֿון דער רעװאָלוציע. אָבער דער דאָזיקער באַגריף טראָגט אין זיך אַ שטיקל סתּירה: לױט דער דעפֿיניציע, מוז אַװאַנגאַרד תּמיד זײַן דער ערשטער, װײַל די אַװאַנגאַרדיסטישע המצאות לאָזן זיך ניט איבערחזרן. אין גראָבמאַנס ווערק זעט מען אָבער בפֿירוש, ווי דער שעפֿערישער כּוח־הדמיון פֿאַרלירט זײַן פֿרישקײט און אָריגינעלקײט אין די לעצטע יאָרן; זײַן קונסט װערט פֿלאַך און באַנאַל.
אָבער די מעלה פֿון גראָבמאַנס אױסשטעלונג אין פֿאַרגלײַך מיט קאַנטאָרס זאַמלונג איז, אַז דאָ זעט מען דעם אינעװײניקסטן קאַמף, די יסורים פֿון שעפֿערישע עליות און ירידות. קאַנטאָרס באַגריף פֿון „טאָלעראַנטן אַװאַנגאַרד‟ מעג זײַן שײן און פּאָליטיש־קאָרעקט, אָבער ער דערשטיקט דעם סאַמע עיקר פֿונעם דאָזיקן קונסט־נוסח, זײַן ריזיקאַלן און פּראָװאָקאַטאָרישן מהות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.