באַנדיטן און פֿרײַהייט-קעמפֿער

Bandits and Freedom-Fighters

דער טעראַקט אין דער רוסישער שטאָט וואָלגאָגראַד, דעצעמבער 30, 2013
Getty Images
דער טעראַקט אין דער רוסישער שטאָט וואָלגאָגראַד, דעצעמבער 30, 2013

פֿון שבֿע כּהן

Published January 08, 2014, issue of January 31, 2014.

אַז עס קומט די רייד וועגן פּאָליטיק און געוואַלד אין מיטל-מיזרח, הערט מען אָפֿט די פֿאַרשלעפּטע טענה, אַז אַ „טעראָריסט‟ בײַ איין מענטש מיינט אַ פֿרײַהייט-קעמפֿער, און בײַ אַ צווייטן — מערדער; דעריבער קען מען נישט אין גאַנצן פֿאַרדאַמען טעראָריזם.

אַזאַ מיינונג איז פּשוט פֿאַלש און ברענגט אַ גרויסן שאָדן די באַפֿעלקערונגען, צווישן וועלכע די טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציעס פֿירן זייער טעטיקייט. דאָס הייסט נישט, אַז די רעוואָלוציאָנערן פֿאַרנעמען זיך קיין מאָל נישט מיט טעראָריזם, אָדער אַז די פּאָליטישע צילן פֿון די טעראָריסטן זײַנען קיין מאָל נישט באַרעכטיקט. דאָס הייסט, אַז די וואָס פֿאַרבײַטן די יוצרות צווישן די צוויי באַגריפֿן, פּרעדיקן עפּעס אַן אַנדערע טעאָריע, וואָס האָט נישט קיין האַפֿט אין דער ווירקלעכקייט.

אַ וויכטיקן טייל אין טעראָריזם פֿאַרנעמט דער פּסיכאָלאָגישער עלעמענט. אין אַלגעמיין, איז פּסיכאָלאָגיע תּמיד אַ וויכטיקער טייל פֿון מלחמות. צום בײַשפּיל, די צאָל אַמעריקאַנער סאָלדאַטן, וואָס זײַנען געהרגעט געוואָרן אין דער „מלחמה קעגן טעראָר‟, איז אַן ערך 6,000 לויטן שוץ-מיניסטעריום. ווי אַ פֿאַרגלײַך, איז די צאָל סאָלדאַטן אין דער קאָרעיִשער מלחמה, וואָס זייערע קערפּערס האָבן זיך נאָך נישט אָפּגעזוכט, אַפֿילו נאָך זעכציק יאָר, איז 7,900.

אויב די מלחמה פֿאַרמאָגט נישט קיין פּסיכאָלאָגישע דימענסיע, קען מען געבן צו פֿאַרשטיין, אַז די קאָרעיִשע מלחמה איז געווען נאָר דער ערשטער אַקט פֿון אַמעריקעס קאַמף קעגן קאָמוניזם; אָבער די מלחמה קעגן טעראָר האָט „פֿאַרזיכערט‟, אַז אַמעריקע וועט אויסוויילן אַ פּרעזידענט, וועלכער האָט צוגעזאָגט אַרויסצוציִען די מיליטערישע כּוחות פֿון מיטל-מיזרח?

אַזוי וואָלט מען אפֿשר געמיינט, אַז טעראָריזם איז נישט אַנדערש ווי צו פֿירן אַ מלחמה. און אויב טעראָריזם איז נישט אַנדערש, פֿאַרוואָס זשע איז ער טרייף? קודם־כּל, דאַרף זײַן קלאָר, אַז עס איז דאָ אַ גרויסער אונטערשייד צווישן ווײַזן דעם שׂונא ווי שטאַרק איז אײַער מיליטער, אָדער אַראָפּוואַרפֿן פֿלוג-בלעטלעך, כּדי די באַפֿעלקערונג זאָל זיך שטעלן קעגן דער מלחמה און אַטאַקירן די ערטער מיט אַ סך אומשולדיקע מענטשן ווי אויטאָבוסן, קאַווע-הײַזער, מערק און דיסקאָטעקן. אין ביידע פֿאַלן איז דער צוועק אפֿשר דער זעלבער, אָבער די מיטלען זײַנען גאָר פֿאַרשידענע.

דאָס איז נאָר איין בײַשפּיל, פֿאַרוואָס די מיטלען פֿון טעראָריסטן זײַנען אומלעגיטים, אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿרײַהייט-קעמפֿערס. נאָך אַ בײַשפּיל וואָלט געווען די היעראַרכיעס און די שיטות פֿון רעקרוטירן: אין דער אַמעריקאַנער רעוואָלוציע זײַנען ס’רובֿ פֿון די מנהיגים געווען יונגע מענער פֿון „די הויכע פֿענצטער‟, און צווישן די זעלנער האָט מען געקענט אַרײַנרעכענען סײַ די אָרעמע און סײַ רײַכע יונגע לײַט און אַלטע לײַט. אין כינע, האָט מאַו צעדאָנגס רויטע אַרמיי געהאַט ענלעכע פּראָפּאָרצן ווי אין דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג.

טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציעס, ווי „טאַליבאַן‟ און „כאַמאַס‟ האָבן מער אַ סטרוקטור פֿון קרימינאַלע באַנדעס: די פֿירער זײַנען, געוויינטלעך, פּריוויליגירטע, וואָס געפֿינען נישט זייער אָרט אין דער געזעלשאַפֿט. זיי רעקרוטירן אָרעמע יונגעלײַט אָן אַ צוקונפֿט, וואָס ווילן זיך פֿילן ווי זיי געהערן צו עפּעס גרעסערס, גרעסער פֿון זיי. אַ סך פֿון די וואָס באַגייען די זעלבסטמאָרד-אַטענטאַטן, האָבן אָנגעהויבן זייערע „קאַריערעס‟ מיט קליינע פֿאַרברעכונגען. די געשיכטעס פֿון די פֿרויען זײַנען, אָבער, אַנדערש און נאָך מער טרויעריק: אין מיטל-מיזרח, באַשליסן אַ סך פֿון די מיידלעך צו באַגיין זעלבסטמאָרד, ווײַל זיי שוואַנגערן אָן אַ חתונה. אין אַ געזעלשאַפֿט, וווּ זייערע משפּחות אַליין וועלן זיי אפֿשר הרגענען, האָבן זיי ניט קיין אַנדער ברירה. אין אַנדערע ראַיאָנען, ווי טשעטשניע, למשל, האָט מען אויף זיי רחמנות, ווײַל זיי זײַנען די נעבעכדיקע אַלמנות פֿון טעראָריסטן.

צווישן די אַלע פֿאַרשידענע דעפֿיניציעס פֿון טעראָריזם איז די צינישסטע, וואָס איך האָב געהערט, אַז טעראָריזם איז אַ „גערילע-מלחמה, וואָס ווערט געפֿירט אין די שטעט‟. די סיבה פֿאַרוואָס דווקא קעמפֿט מען אין אַ שטאָט איז אַ פּשוטע, כּדי צו פֿאַרגרעסערן די צאָל ציווילע קרבנות. מען האָפֿט, אַז דער שׂונא וועט דאַרפֿן שעדיקן אָדער הרגענען אַ סך נייטראַלע מענטשן, כּדי צו קעמפֿן קעגן די האַלב-באַהאַלטענע טעראָריסטן, ווײַל אין אַזאַ פֿאַל זעט אויס דער שׂונא תּמיד שלעכט אין די אויגן פֿון דער וועלט־געזעשאַפֿט.

וואָס איז דער אונטערשייד צווישן די טעראָריסטן און רעוואָלוציאָנערן? די רעבעלן זײַנען סאָלדאַטן פֿון אַן אומאָפֿיציעלער אַרמיי מיט מיליטערישע-פּאָליטישע צילן. טעראָריסטן זײַנען באַנדעס מיט עפּעס אַ פּאָליטישער „אידעע־פֿיקס‟, און עס גייט זיי נישט אָן וויפֿל שאָדן זיי ברענגען, אָדער ווי אוממאָראַליש זײַנען זייערע קעמף-שיטות. נאָר צוויי סאָרטן מענטשן קענען ווערן אַרײַנגעשלעפּט אינעם טעראָר: טיראַנען, וואָס ווילן זאָגן, אַז אַן אויפֿשטאַנד איז אומלעגיטים, און די מערבֿדיקע „אינטעלעקטואַלן‟, וואָס מיינען, אַז צו זײַן אַ צדיק, הייסט צו זאָגן תּמיד, אַז זייער צד איז שולדיק און עס קומען אים אַלע אָפּקומענישן.