דעם 2טן יאַנואַר, האָט די צײַטונג „ניו־יאָרק פּאָסט‟ פּובליקירט אַן אַרטיקל וועגן אַן אומגעוויינטלעכער ייִדישער אינטערנעץ־סענסאַציע. דזשען סעלטער, אַ ייִדיש מיידל פֿון לאָנג־אײַלענד, וואָס האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אויף בפֿרהסיה אַ צאָל פֿאָרזיכטיק צוגעדעקטע בילדער פֿון איר הינטן, אָנגעטאָן אין יאָגע־הויזן, איז געוואָרן אַ „שטערן‟ און שוין צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿון 1.3 מיליאָן נאָכפֿאָלגער אויף דער סאָציאַלער נעץ „אינסטאַגראַם‟. דער „פּאָסט‟ האָט איבערגעגעבן, אַז בעת אַן אַטלעטישן ספּאָרט־אויפֿטריט פֿאַר די זשורנאַליסטן בײַם אַרײַנגאַנג צו אַ דער ניו־יאָרקער מעטראָ־סטאַנציע, האָט איר שלאַנקער גוף מיט אַ רושמדיקן הינטערשטן טייל צוגעצויגן אַ סך אויפֿמערק. איין יונגערמאַן האָט איר פֿאָרגעלייגט מיט אים חתונה צו האָבן; צווישן דעם אַנטציקטן עולם זענען געווען דרײַ חסידישע ייִדן און עטלעכע פֿאַרגלאָצטע פּאָליציאַנטן.
דאָס 20־יאָריקע מיידל האָט איבערגעגעבן דער צײַטונג, אַז זי האָט נישט ליב, ווען אַ גרויסער עולם קוקט אויף איר אינעם רעאַלן לעבן. די אינטערנעץ, וווּ זי האָט פֿאַרשפּרייט אירע אַזוי־גערופֿענע „סעלפֿיס‟ — בילדער פֿון אַ געוויסן טייל פֿונעם אייגענעם גוף — איז אָבער אַן אַנדער מעשׂה. אַדרבה, סעלטער איז זייער צופֿרידן, וואָס ריזיקע מחנות מענטשן — סײַ מענער, סײַ פֿרויען — זענען מער פֿאַראינטערעסירט נישט אין די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון איר פּנים, נאָר דווקא פֿונעם דערמאָנטן טייל פֿון איר גוף.
אין דער אמתן, איז די מעשׂה אַ נאַרישע און אַ משונהדיקע. לויטן „פּאָסט‟, האָט די מאַמע פֿון דער יונגער גימנאַסטקע געמאָלדן, אַז זי שטאָלצירט מיט דעם, וואָס אַנשטאָט צו גיין זיך לערנען אין אַ קאָלעדזש, פֿאַרנעמט זיך איר טאָכטער מיטן פֿאַרשפּרייטן אירע עראָטישע פֿאָטאָגראַפֿיעס. אַ טיפּישע ייִדישע מאַמע וואָלט נישט געהאַט קיין הנאָה פֿון אַזאַ אויפֿפֿירונג פֿון איר קינד. סעלטער פּלאַנירט איצט צו עפֿענען אַן אייגענע פֿירמע פֿון ספּאָרט־קליידער; זי האָט שוין בײַ זיך אין שטוב מער ווי 150 פּאָר יאָגע־הויזן, אָבער וויל אַנטוויקלען אַן אייגענעם סטיל.
אין דער אינטערנעץ האָט זיך געשאַפֿן אַ גאַנצע קולטור פֿון „סעלפֿיס‟ — פֿאַרשיידענע מינים פֿאָטאָגראַפֿיעס, וואָס מענטשן מאַכן פֿון זיך אַליין, געוויינטלעך, מיט דער הילף פֿון אַ צעל־טעלעפֿאָן אָדער אַ קליינער ווידעאָ־קאַמערע, כּדי צוציִען דעם אויפֿמערק צו זיך אויף דער אינטערנעץ. ס׳רובֿ באַטייליקטע אין דער דאָזיקער מאַסן־באַוועגונג זענען יונגע מיידלעך. עס גייט אָן אַ גאַנצע אידעאָלאָגישע מלחמה אַרום דעם דאָזיקן פֿענאָמען. אַ סך פֿעמיניסטקעס טענהן, אַז אַזעלכע בילדער העלפֿן נישט די פֿרויען אויפֿצוהייבן זייער סאָציאַלן סטאַטוס, נאָר, פּונקט פֿאַרקערט, פֿאַרוואַנדלען זיי אין חשק־אָביעקטן פֿון די מענער.
פֿון דער אַנדערער זײַט, ווײַזט די דאָזיקע מעשׂה, ווי אַזוי די מאָדע צו פֿאָטאָגראַפֿירן זיך פֿאַר דער אינטערנעץ קאָן צומאָל העלפֿן אַ פּשוט מיידל צו ווערן אַ וועלט־באַרימטע „סטאַר‟. ס׳איז אויך וויכטיק, אַז די „סעלפֿיס‟ העלפֿן צו בײַטן די סטערעאָטיפּן וועגן שיינקייט; להיפּוך צו די מאָדע־זשורנאַלן, האָבן אַ סך מענטשן מער ליב גאַנץ אַנדערע מינים פֿיגורן. ס׳איז געווען אַ צײַט, ווען מע האָט באַטראַכט די אַקטריסע דזשעניפֿער לאָפּעז ווי אַן אויסטערלישע אַנאָמאַליע; איצט איז זי געוואָרן אַ סימבאָל פֿון שיינקייט. די „סעלפֿיס‟ העלפֿן די מענער אײַנצוזען שיינקייט נישט בלויז אין הויכע און דאַרע פֿרויען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.