דער בערלינער זשורנאַל „טיפּ‟ האָט אײַנגעשלאָסן דעם ראָש פֿון דער שטאָטישער ייִדישער קהילה, גדעון יפֿה, אין דער רשימה פֿון די „100 סאַמע־פּריקרע תּושבֿים‟ פֿון בערלין. יפֿה, אַ 41־יאָריקער מאַן, שטייט אויפֿן 60סטן אָרט אין דער ליסטע, וועלכע איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אינעם לעצטן נומער פֿונעם זשורנאַל פֿאַרן פֿאַרגאַנגענעם יאָר.
די רעדאַקציע האָט דערקלערט, אַז יפֿה האָט גורם געווען אַ גרויסע קריגערײַ אין דער בערלינער ייִדישער קהילה, וועלכע איז, צוליב זײַן צווייפֿלהאַפֿטיקער טעטיקייט פֿון איר פּרעזידענט, זיך צעפֿאַלן און געפֿינט זיך איצט אין אַ נעבעכדיקן מצבֿ. צי ס׳איז טאַקע אַזוי, צי נישט, באַשולדיקן אים זײַנע קענגער אינעם אונטעררײַסן די קהילה־סטרוקטור.
דער סקאַנדאַל האָט זיך אָנגעהויבן אין מײַ, ווען די קהילה־פֿירער האָבן אָנגעהויבן אַ געשלעג בעת אַ זיצונג. עמעצער האָט רעקאָרדירט די דאָזיקע סצענע מיט אַ צעל־טעלעפֿאָן און אַרײַנגעשטעלט עס אויפֿן „יוטוב‟. דאָס געשלעג איז געווען פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס דער בערלינער סענאַט האָט באַשלאָסן אָפּצוהאַלטן די שטיצע לטובֿת די ייִדן, ווײַל יפֿה האָט נישט איבערגעגעבן דער רעגירונג די אינפֿאָרמאַציע וועגן דער צאָל און די שׂכירות פֿון די קהילה־באַאַמטע.
דער זשורנאַל „טיפּ‟ האָט דערמאָנט דעם דאָזיקן אינצידענט און באַמערקט, אַז יפֿהס קענגער ווילן אויסקלײַבן נײַע קהילה־פֿירער, קריטיקירנדיק די איצטיקע פֿאַרוואַלטונג אין אומפֿעיִקייט אָנצופֿירן מיט דער קהילה אויף אַן עפֿנטלעכן און אָרגאַניזירטן אופֿן.
אויפֿן ערשטן אָרט פֿון דער „בכּבֿודיקער‟ רשימה שטייט בושידאָ — דער דײַטשישער „רעפּ‟־מוזיקאַנטן פֿון טוניס, וועלכער איז באַקאַנט מיט עקסטרעם וווּלגאַרע לידער, פֿול מיט ראַסיזם, סעקסיזם און גוואַלד. מיט אַ יאָר צוריק האָט דער דאָזיקער מוזיקאַנט פֿאַרעפֿנטלעכט אויף זײַן „פֿייסבוק‟־זײַטל אַ מאַפּע פֿונעם מיטל־מיזרח אָן ישׂראל, באַגלייט מיט די ווערטער „פֿרײַע פּאַלעסטינע‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.