ווען איך האָב דערהערט אויף דעם ראַדיאָ בײַ זיך אין דער היים, אין סיאַטל, דעם פּולסירנדיקן באַס און די ראָק־גיטאַרעס פֿון אַן אומבאַקאַנטער גרופּע, וואָס האָט געזונגען אויף אַן אומפֿאַרשטענדיקער שפּראַך, האָט איך געמיינט, אַז די מוזיקאַנטן זענען פֿינען אָדער איסלענדער, ווײַל דער נאָמען פֿון זייער גרופּע האָט געקלונגען ווי עפּעס סקאַנדינאַוויש. שפּעטער האָב איך זיך געכאַפּט, אָז דאָס איז געווען אַ פֿאָנעטישע טראַנסקריפּציע פֿון העברעיִש — „ועדת חריגים‟.
דער רוישיקער טריִאָ פֿון תּל־אָבֿיבֿ ווערט אַלץ מער פּאָפּולער אויף די באַקאַנטע אַמעריקאַנער ראַדיאָ־סטאַנציעס. נישט לאַנג צוריק, האָבן זיי רעקאָרדירט אויף דער קאַליפֿאָרניער סטודיע „Burger Records‟ אַן אַלבאָם מיטן ענגליש נאָמען „The World Is Well Lost‟ („די וועלט איז שוין לאַנג פֿאַרפֿאַלן‟). דאָס איז אַן איבערזעצונג פֿון דער העברעיִשער פֿראַזע „העולם אבֿד מזמן‟. אַ גאַנצע ריי ראָק־סטאַנציעס שפּילן כּסדר דאָס דאָזיקע ליד, און דער אײַנפֿלוסרײַכער קאַנאַל „KEXP‟ האָט עס אַפֿילו אויסגעקליבן ווי „דאָס ליד פֿונעם טאָג‟ — אַ זעלטענער כּבֿוד פֿאַר אַ נײַער גרופּע.
דער פּויקער יובֿל גוטמאַן האָט דערציילט דעם „Forward‟ אין אַ שמועס, אַז זײַן גרופּע זינגט אויף העברעיִש וועגן דער אַפּאָקאַליפּטישער וועלט־קאַטאַסטראָפֿע, וועגן דעם סוף פֿון דער תּל־אָבֿיבֿער באָהעמע, וועגן דער אוממעגלעכקייט זיך אומצוקערן צוריק אין דער פֿאַרגאַנגענהייט. די לידער פֿון דער גרופּע זענען פֿול מיט נאָסטאַלגיע און ייִואש — און פֿאָרט רופֿן זיי זיך נישט מיאש צו זײַן דעם יונגן דור, וועלכער איז מיד פֿון דעם, וואָס לעבט אין אַ וועלט, קאָנטראָלירט דורך „פֿעטע רײַכע פּאָליטיקער‟.
גוטמאַן האָפֿט, אַז די העברעיִשע ראָק־מוזיק וועט ווערן מער באַקאַנט אין דער ברייטער וועלט — אַזוי ווי ס׳איז געשען פֿריִער מיטן איסלענדישן ראָק. הגם ווייניק מענטשן פֿאַרשטייען איסלענדיש, הערן זיי זיך צו מיט פֿאַרגעניגן צו די סקאַנדינאַווישע עטנישע גרופּעס. דער מוזיקאַנט האָט דערציילט, אַז פֿאַרן אַרמיי־דינסט האָט ער געשפּילט אין אַ גאַנצער ריי אַנדערע גרופּעס. ער האָט נישט געוואָלט גיין אין דער ישׂראלדיקער אַרמיי און געווען שטאַרק אומצופֿרידן מיט דעם, וואָס מע האָט אים געצוווּנגען דאָרטן צו דינען.
דער פּויקער האָט דערקלערט, אַז „העולם אבֿד מזמן‟ איז אַ טיפּיש תּל־אָבֿיבֿער ליד מיט פּשוטע זיך־איבערחזרנדיקע שורות, וועגן אַ נאָסטאַגליש בענקעניש נאָך די פּלאַזשעס און פֿאַרגאַנגענע ליבע־געפֿילן. פֿריִער, האָט גוטמאַן געוווינט אין בערלין. איצט אַרבעט ער טאָג און נאַכט איבער נײַע לידער אין ניו־יאָרק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.