גרויס באַװוּנדערונג און שאַרפֿע רעאַקציעס האָבן אַרויסגערופֿן די דערקלערונגען פֿון געװעזענעם ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר, יצחק אַבֿירן, װאָס האָט אַמטירט פֿון 1993 ביז 2000. בעת זײַן שליחות איז פֿאָרגעקומען דער אַטענטאַט אויפֿן קהילה־בנין. ער האָט געזאָגט אין בוענאָס־אײַרעס, װוּ ער װוינט, אַז די מערהײט פֿון די טעראָריסטן לעבן שוין מער נישט אויף דער װעלט און, אַז דאָס האָבן מיר געטאָן. ער האָט אויך געזאָגט, אַז דער אַרגענטינער אויסערן־מיניסטער טימערמאַן פֿאַרשאַפֿט בושה דעם ייִדישן פֿאָלק צוליב דעם אָפּמאַך מיט איראַן; ער פֿאַרגעסט, װאָס ישׂראל האָט געטאָן אָפּצוראַטעװען זײַן פֿאָטער, דעם זשורנאַליסט כאַקאָבאָ טימערמאַן פֿון די הענט פֿונעם מיליטערישן רעזשים, װאָס האָט אים אַרעסטירט.
ישׂראל האָט דאָס געלייקנט און די „דאַיאַ‟ האָט דערקלערט, אַז אַזעלכע רייד ברענגען בכלל ניט קײן שום נוץ, בפֿרט לטובֿת דער אויספֿאָרשונג פֿונעם אַטענטאַט. דער פּראָקוראָר װעט אים אַרויסרופֿן עדות זאָגן אין די קומענדיקע טעג, און די אַרגענטינער רעגירונג האָט באַשולדיקט ישׂראַל אין באַהאַלטן אינפֿאָרמאַציעס.
אין טשילע, װוּ ער האָט זיך געפֿונען אויף דאַטשע, איז פּלוצעם געשטאָרבן הרבֿ עזריאל אַנכעל קריימאַן אין עלטער פֿון 68 יאָר. קריימאַן איז געװען דער ערשטער ראַבינער װאָס האָט באַקומען סמיכה אין בוענאָס־אײַרעסער לאַטײַן־אַמעריקאַנער ראַבינער־סעמינאַר; מיטגעאַרבעט מיט הרבֿ שלעזינגער אין דער קאָנגרעגאַציע פֿון דער אַרגענטינער רעפּובליק. ער איז געװען פֿון די ערשטע, װאָס האָט סטימולירט און שװער געאַרבעט פֿֿאַרן צװישן־רעליגיעזן דיאַלאָג, און געװען פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע אין קאַטוילישן אוניװערסיטעט. אין 1990 האָט ער באַזוכט יאָרדאַניע, װוּ ער האָט זיך געטראָפֿן מיטן קעניג כוסיין; נאָך זײַן רײַזע האָט ער אָנגעהויבן אין לאַטײַן־אַמעריקע דעם אינטעררעליגיעזן דיאַלאָג מיט די מוסולמענער. איבער זײַן קאַמף קעגן דער מיליטערישער דיקטאַטור, פֿאַרלאָזט ער אַרגענטינע און באַזעצט זיך אין טשילע, װוּ ער פֿאַרנעמט דעם אַמט פֿון גרויס־ראַבינער אין סאַנטיאַגאָ. נאָך יאָרן לאַנג אין טשילע קערט ער זיך אום קײן בוענאָס־אַײַרעס, װוּ ער זעצט פֿאָר זײַן רבנישער און פּעדאַגאָגישע קאַריערע. בעת דעם אַטענטאַט אויפֿן קהילה־בנין פֿאַלט אַ קרבן זײַן פֿרוי, שושנה װאָלינסקי, די טאָכטער פֿונעם געװעזענעם קאַסירער פֿון ייִװאָ. מיט אַ יאָר צוריק איז ער עולה געװען קיין ישׂראל, װוּ עס װוינען אין ירושלים זײַנע דרײַ טעכטער. ער איז באַערדיקט געװאָרן אויפֿן קהילה בית־עולם אין ליניערס, לעבן זײַן פֿרוי. כּבֿוד זײַן אָנדענק.
אין טשילע האָט די פֿוסבאָל־מאַנשאַפֿט „פּאַלעסטינאָ‟ אָפּגעמעקט ישׂראלן פֿון דער מאַפּע. זיי באַניצן זיך אויף זייערע העמדלעך, אַנשטאָט דעם נומער, מיט אַ מאַפּע, װוּ ישׂראַל עקזיסטירט ניט און אַלץ איז פּאַלעסטינע.
די פֿרײַנד פֿון דעם תּל־אָבֿיבֿער אוניװערסיטעט האָבן אָרגאַניזירט אין פּונטאַ דעל עסטע, אורוגװײַ, אין דעם עקסקלוסיװן „קאָנראַד‟־האָטעל אַ קאָנפֿערענץ מיט דער באַטייליקונג פֿונעם געװעזענעם אורוגװײַער פּרעזידענט ד‟ר לאַקאַליע, דעם שרײַבער מאַרקאָס אַגיניס, און די עסקנים מאַנועל טראַכטענבערג און קאַרלאָס אַלבערטאָ מאָנטאַנער. די טעמע איז געווען, „לאָמיר טראַכטן װעגן אונדזער צײַט אין אַ װעלט װאָס האַלט זיך אין בײַטן‟.
אויף דער אַרגענטינער טעלעװיזיע האָט מען געװיזן אַ קורצפֿילם וועגן די דערגרייכונגען פֿון דער בוענאָס־אַײַרעסער קהילה במשך פֿונעם 2013, און די װוּנטשן פֿאַר דער גאַנצער געזעלשאַפֿט אינעם נײַעם יאָר. דער לאָזונג איז געװען: „אַ מיליאָן טרוימען פֿאַרן נײַעם יאָר‟. דער ציל איז געװען צו װײַזן דער געזעלשאַפֿט דעם ייִדישן בײַטראָג און דעם װילן מיטצואַרבעטן מיט אַלעמען צו בויען אַ בעסערע װעלט.
אורוגװײַ האָט לעגאַליזירט מאַריהואַנאַ פֿאַר מעדיצינישע הצטרכותן און פֿאָרשונג־צװעקן. פֿון ישׂראַל, טשילע און קאַנאַדע האָט מען געבעטן, אַז אורוגװײַ זאָל זיי באַזאָרגן מיט מאַריהואַנאַ. אויך אַ היפּש ביסל אימפּרעזעס האָבן צוגעשטעלט בקשות צו עפֿענען לאַבאָראַטאָריעס. דער מיניסטער קאַנעפּאַ האָט דערקלערט, אַז דאָס איז אַ פֿאַרמעסט פֿאַר דער רעגירונג. דערװײַל עקזיסטירט ניט אין אורוגװײַ קײן אינדוסטריעלע פּלאַנטאַציע פֿון מאַריהואַנאַ.
אין מאַר דעל פּלאַטאַ, װוּ הונדערטער טויזנט טוריסטן פֿאַרברענגען זייערע זומער־װאַקאַציעס בײַם ים, אַ 400 ק‟מ פֿון בוענאָס־אַײַרעס, האָט מען געװיזן די אוּיסשטעלונג „אַנאַ פֿראַנק. אַ גילטיקע געשיכטע‟. אָרגאַניזירט פֿונעם קולטור־דעפּאַרטאַמענט פֿון שטאָט און דעם צענטער פֿון אַנאַ פֿראַנק, איז די אויסשטעלונג געװיזן געװאָרן אויף אַ צענטראַלן פּלאַץ במשך פֿון אַ װאָך צײַט; שפּעטער װעט זי אַריבערגיין אין היסטאָרישן אַרכיוו ביזן סוף פֿון סעזאָן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.