דער „אידיאָטיקאָן”

The Idioticon

מאַטעס לאַנדאָלט אין דער רעדאַקציע פֿונעם „אידיאָטיקאָן‟
VERA HARTMANN
מאַטעס לאַנדאָלט אין דער רעדאַקציע פֿונעם „אידיאָטיקאָן‟

פֿון לייזער בורקאָ

Published January 12, 2014, issue of January 31, 2014.

פֿאַר מײַן נסיעה אין דער שווייץ אין מיטן דעצעמבער בין איך געפֿאָרן אויף דער AJS־קאָנפֿערענץ אין באָסטאָן און דאָרט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן אונדזער „גרויסן ווערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך‟. ס’רובֿ לייענער אונדזערע ווייסן שוין די טרויעריקע געשיכטע, אַז דער גרויסער ווערטערבוך איז קיין מאָל ניט פֿאַרענדיקט געוואָרן, נאָר געבליבן מיט פֿיר גרויסע בענד בײַם ערשטן אות א, ווי דער פּניאָק פֿון אַן אָפּגעהאַקטן בוים. אינעם ייִוואָ־סקלאַד האָב איך אָפֿט געזען די גרויסע קעסטלעך מיט די רעשטלעך מאַטעריאַלן פֿאַר אים, וואָס קיינער האָט ניט אָנגערירט שוין צענדליקער יאָרן.

האָבנדיק אין זינען די דאָזיקע געשיכטע איז מיר געווען גאָר טשיקאַווע אָפּצושטאַטן אַ וויזיט אין ציריך, אין דער רעדאַקציע פֿונעם גרויסן שווייצער־דײַטשן ווערטערבוך, וואָס טראָגט דעם מאָדנעם נאָמען „אידיאָטיקאָן‟ (פֿונעם זעלביקן שורש ווי „אידיאָם‟). מאַטעס לאַנדאָלט, איינער פֿון די רעדאָקטאָרן פֿונעם „אידיאָטיקאָן‟, וואָס פֿאָרשט אויך ייִדיש, האָט מיך פֿאַרבעטן צו קומען צו אים אין ביוראָ. ס’איז ניט געווען שווער עס אָפּצוזוכן, ווײַל עס געפֿינט זיך ממש אין צענטער שטאָט, זייער נאָענט צום הויפּט־באַנהויף און צום שווייצער נאַציאָנאַלן מוזיי.

דער מחבר אינעם אַרכיוו פֿונעם שווייצער־דײַטשן שפּראַך־אַטלאַס.
דער מחבר אינעם אַרכיוו פֿונעם שווייצער־דײַטשן שפּראַך־אַטלאַס.

אין די שיינע, געראַמע ביוראָ־צימערן זײַנען די ווענט פֿאַרשטעלט מיט ביכער־פּאָליצעס. דאָרט ליגן ניט בלויז די אַלע דײַטשע דיאַלעקט־ווערטערביכער און גראַמאַטיקעס, נאָר אויך היסטאָרישע געדרוקטע ביכער און כּתבֿ־ידן פֿון הונדערטער יאָר צוריק, אַ גרויסער חלק פֿון דער שווייצער־דײַטשער ליטעראַטור, און אַפֿילו ניט ווייניק וויכטיקע פֿאָרשונגען וועגן ייִדיש. די זאַמלונג איז גרויס, ווײַל מען זאַמלט שוין לאַנג: דער פּראָיעקט צו שאַפֿן דעם „אידיאָטיקאָן‟ האָט זיך אָנגעהויבן נאָך אין 1862.

אַ נעץ פֿון 400 קאָרעספּאָנדענטן (אויף ייִוואָ־לשון וואָלטן זיי געהייסן „זאַמלער‟) פֿון אַלע ווינקעלעך אין דער דײַטשער שווייץ האָבן צוגעשיקט מאַטעריאַלן. דער ערשטער חלק איז דערשינען אין 1881, אָבער באַלד האָט דער רעדאַקטאָר באַשלאָסן, אַז די פּלאַנירטע 4 בענד וועלן ניט זײַן גענוג. די צאָל בענד איז געוואַקסן און מיט דער צײַט איז דער „אידיאָטיקאָן‟ געוואָרן דער גרעסטער דײַטשער דיאַלעקט־ווערטערבוך, אפֿשר דער גרעסטער דיאַלעקט־ווערטערבוך אויף דער וועלט בכלל. ביז הײַנט זײַנען דערשינען 16 גרויסע בענד, און דעם לעצטן באַנד, דעם 17טן, פּלאַנירט מען צו ענדיקן אַרום 2022. אַזוי וועט דער גאַנצער „אידיאָטיקאָן‟ אַרומנעמען איבער 150,000 באַזונדערע ווערטער — נאָך 160 יאָר אַרבעט.

איר זאָלט ניט מיינען, אַז די שווייצער לעקסיקאָגראַפֿן זיצן מיט פֿאַרלייגטע הענט, אָדער אַז זיי אַרבעטן נאָר שבת און יום־טובֿ. ניין, זיי אַרבעטן שווער, און מיט אַ גרויסן פּערסאָנאַל: 19 מיטאַרבעטער, אַרײַנגערעכנט 6 רעדאַקטאָרן. צום גליק, ווערט דער פּראָיעקט פֿינאַנצירט דורך דער שווייצער וויסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמיע, ד”ה דורך דער מלוכה, דאַרפֿן זיי זיך ניט זאָרגן אַזוי פֿיל וועגן געלט. אַזאַ גוטע מערכה, זאָגט לאַנדאָלט, האָבן ניט די אַנדערע דײַטשע דיאַלעקט־ווערטערביכער.

די מיטאַרבעטער האָבן מיט אונדז געטרונקען אַ טעפּל קאַווע, און איך האָב אַ ביסל געפּרוּווט שמועסן מיט זיי. אַ טייל האָבן גערעדט מיט מיר אויף הויכדײַטש, וואָס ס’רובֿ האָב איך פֿאַרשטאַנען, אָבער די אַנדערע האָבן גערעדט אַ מין תּרגום־לשון, אויף דיאַלעקט. להיפּוך צו די דײַטשן און עסטרײַכער, רעדן די דײַטשע שווייצער פֿון אַלע שיכטן און פּראָפֿעסיעס זייער אייגענעם דיאַלעקט מיט שטאָלץ. בשעת די דיאַלעקטן גייען אונטער אין די גרויסע טיילן פֿון דײַטשלאַנד, ספּעציעל אין צפֿון, וווּ אַלע זײַנען אַריבער אויף הויכדײַטש, איז דער שווייצערדײַטש געוואָרן נאָך מער פֿאַרשפּרייט. בײַ יונגע שווייצער איז הײַנט אָנגענומען צו שרײַבן בליצבריוו און צו „טשעטן‟ אויף דיאַלעקט, כאָטש מיט אַ דור צוריק האָבן זיי געשריבן בלויז הויכדײַטש.

אמת, דער הײַנטיקער שווייצערדײַטש איז ניט דער זעלבער וואָס עס האָבן גערעדט די 400 קאָרעספּאָנדענטן סוף 19טן יאָרהונדערט. דעמאָלט איז די שווייץ געווען אַ לאַנד פֿון פּויערים, האָט זייער שפּראַך, דער עיקר, געהאַט צו טאָן מיט פּויערישע זאַכן. הײַנט האָט די שווייץ אַזאַ הויך־אַנטוויקלטע עקאָנאָמיע, אַז פֿאַר אַ יאָרן האָט ציריך געוווּנען דעם ערשטן פּלאַץ, ווי די טײַערסטע שטאָט אויף דער וועלט (הײַיאָר איז עס טאָקיאָ). דערצו איז דער הײַנטיקער דיאַלעקט אַ סך נעענטער צו הויכדײַטש ווי פֿריִער, אַ סך אייגענע אַלטע ווערטער זײַנען פֿאַרגעסן געוואָרן. אָבער דער דיאַלעקט איז פֿאַרבליבן, כאָטש אָן אַ סך פֿון די אַלטע פּויערישע באַגריפֿן, און מיט אַ סך נײַע אַנגליציזמען.

די הויפּט־פּראָבלעם פֿאַר די מיטאַרבעטער בײַם „אידיאָטיקאָן‟ איז צו מאַכן צוטריטלעך זייער וויסנשאַפֿט פֿאַר אַ ברייטן עולם. נאָרמאַלע מענטשן האָבן ניט קיין געדולד אַדורכצולייענען די זײַטן פֿון אַ דיאַלעקט־ווערטערבוך מיט ציטאַטן פֿון מיטל־עלטערישע שרײַבער. איידער דער „אידיאָטיקאָן‟ איז געוואָרן „זוכעוודיק‟ אין אינטערנעץ אין 2010, איז געווען גענוג שווער פּשוט צו געפֿינען דאָס וואָרט, וואָס מע זוכט. אָבער די רעדאַקציע האָט אויסגעזוכט מיטלען צוצוקומען צום ברייטן עולם: אַ פֿאַרקירצטע פֿאָלקס־אויסגאַבע, געשריבן ניט בלויז פֿאַר פֿילאָלאָגן, און לאַנדאָלט שרײַבט קורצע פּאָפּולערע וואָרט־געשיכטעס, וואָס ער לייגט אויך אַרויף אויף „פּנים־בוך‟.

אונטערן ביוראָ פֿונעם „אידיאָטיקאָן‟ געפֿינט זיך דאָס ביוראָ פֿונעם אַמאָליקן שווייצאַרישן דיאַלעקט־אַטלאַס. דער אַטלאַס איז שוין לאַנג מיט מזל דערשינען אין 8 בענד, דאָס ביוראָ דינט ווײַטער ווי אַן אַרכיוו. אָבער דאָרט קען מען געפֿינען אַן אינטערעסאַנטע סחורה: דיאַלעקט־אינטערוויוען אויף שווייצער ייִדיש, מיט נאָטיצן פֿון אוריאַל ווײַנרײַך, וואָס האָט פֿאַרבראַכט דאָס יאָר 1949־1950 אין ציריך. ער האָט דאָרט זיך באַלד אויסגעלערנט רעדן שווייצערדײַטש, געפֿאָרשט זײַן דיסערטאַציע וועגן שפּראַכן אין קאָנטאַקט, און געשאַפֿן דעם יסוד פֿאַר זײַן ייִדישן שפּראַך־ און קולטור־אַטלאַס (וואָס איז, ווי דער גרויסער ווערטערבוך, אויך ניט פֿאַרענדיקט).

מסתּמא, האָט ווײַנרײַך געוואָלט אויסגעפֿינען דעם סוד, פֿאַר וואָס די שווייצער זײַנען אַזוי שטאַרק צוגעבונדן צו זייער דיאַלעקט. אין פֿאַרגלײַך מיט זיי האָבן די ייִדן שטענדיק באַהאַנדלט זייער ייִדיש ווי אַ שטיפֿקינד. צווישן אַלע גרופּעס אימיגראַנטן קיין אַמעריקע, זײַנען די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן געווען פֿון די ערשטע פּטור צו ווערן פֿון זייער מאַמע־לשון. דעם סוד האָט ווײַנרײַך, ווײַזט אויס, ניט אַנטדעקט. אפֿשר ליגט ער נאָך פֿאַרשלאָסן אין די באַרימטע שווייצער בענק?