יעדער, וואָס איז באַקאַנט מיט די ייִדישע קללות, ווייסט אַוודאי דאָס וואָרט „קדחת‟, וואָס מיינט אַ פֿיבער. יענע קללות, וואָס באַהאַנדלען „קדחת‟, האָב איך ספּעציעל ליב אין אַן איראָנישן זין, ווײַל איך מאַך אַליין אַדורך זייער מאָדנע חלומות, ווען איך ווער צעפֿיבערט. בײַ מיר קומט עס אָפֿט פֿאָר, ווען איך דערקען, אַז איך ווער קראַנק נאָר צוליב דעם, וואָס עס חלומען זיך מיר מאָדנע אויסטערלישע חלומות, אָנגעשטעקט מיט נבֿיאות פֿון מענטשלעכן אונטערגאַנג און מיאוסע געשטאַלטן פֿון עפּעס אַן אַלטערנאַטיווער ווירקלעכקייט, אין וועלכער מענטשן הערן קיינמאָל ניט אויף צו זינגען.
צוליב דעם, וואָס די פֿאָלגנדיקע מעשׂה מײַנע איז פֿאָרגעקומען בײַם אָנהייב פֿון אַזאַ מצבֿ, בין איך ביזן הײַנטיקן טאָג אליין ניט הונדערט פּראָצענט זיכער, צי זי איז טאַקע געשען, צי עס האָט זיך מיר בלויז געחלומט. איך געדענק, אָבער, הײַנט מיט דרײַ יאָר שפּעטער, אַלע פּרטים, ווי עס וואָלט געהאַט נעכטן געשען. צוליב דעם האַלט איך, אַז ס׳איז ניט אין גאַנצן שייך, וואָס איז יאָ געשען און וואָס עס האָט זיך מיר בלויז געחלומט, ווײַל דאָס וואָס איך געדענק פּערפֿעקט די אַלע פּרטים פֿונעם אינצידענט, זאָגט עדות, אַז איך האָב אַדורכגעמאַכט די דאָזיקע איבערלעבעניש אויף אַ געוויסן אופֿן. כאָטש די מעשׂה איז אפֿשר ניט אין גאַנצן אמת פֿון אַ היסטאָרישן שטאַדנדפּונקט, איז דאָס איבערלעבעניש געווען בפֿירוש רעאַל.
די דאָזיקע מעשׂה־לעגענדע איז געשען בשעת מײַן לעצטן זמן אין „ראָטגערס‟־אוניווערסיטעט, ווען איך האָב געוווינט אַליין אין אַ קליינעם צימער אין אַ סטודענטן־הויז. אָנהייב נאָוועמבער האָב איך דערפֿילט ווי איך ווער קראַנק, אָבער איך האָב געדאַרפֿט אַדורכמאַכן צוויי איבערזעצונג־עקזאַמענס אין איין טאָג, איידער איך האָב געקענט זיך געהעריק לאָזן שלאָגן מיט דער פֿאַרקילונג. צוליב עפּעס אַ קליינעם נס, האָב איך יענעם דאָנערשטיק בשלום אַדורכגעמאַכט די עקזאַמענעס און צוליב דעם, וואָס איך האָב אופֿן צווייטן טאָג ניט געהאַט קיין קלאַסן, האָב איך פּלאַנירט פּשוט צו „ווינטערן‟, דאָס הייסט, שלאָפֿן אַזוי לאַנג ווי מעגלעך.
זיבן אַזייגער, גלײַך נאָך דעם וואָס איך בין צוריקגעקומען פֿונעם צווייטן עקזאַמען, האָב איך זיך אַרײַנגעצויגן אין בעט, אויסגעלאָשן דאָס ליכט און געהאַלטן בײַם אויסשליסן מײַן מאָבילקע, ווען ער האָט פּלוצעם אָנגעהויבן קלינגען. איך האָב אַ קוק געטאָן אויפֿן נומער, האָב איך זיך דערוווּסט, אַז איך קען ניט דעם מענטש וואָס קלינגט. געוויינטלעך, וואָלט איך ניט געענטפֿערט, אָבער איך האָב מיטאַמאָל דערפֿילט, אַז עס האַנדלט זיך וועגן עפּעס וויכטיקס און איך האָב נאָך צוויי קלונגען געענפֿערט.
„האַלאָ‟, האָט געמורמלט אַ ציטערדיק, ווייך קול פֿון אַ זקנה אויף אַ פּוילישן ייִדיש, „האָב איך דעם ריכטיקן נומער?‟
„וועמען קלינגט איר?‟ האָב איך געפֿרעגט אַ דערשטוינטער.
„איך ווייס אַליין ניט, אָבער איך האָב אים דאָך געפֿונען‟, האָט זי געזאָגט.
„וואָס הייסט?‟ האָב איך געפֿרעגט. „ווי אַזוי ווייסט איר, אַז איר האָט אים געפֿונען, ווען איר ווייסט ניט, ווער ער איז?‟
„נו‟, האָט זי געזאָגט, מיט כּמעט אַ ניגונדיקן קרעכץ. „מע האָט מיר געגעבן דעם נומער פֿון אַ יונגער־מאַן, וואָס רעדט ייִדיש און האָט ליב צו רעדן מיט עלטערע ייִדן. אַזוי ווי מיר רעדן אויף ייִדיש, און איר האָט ניט פֿאַרמאַכט דעם טעלעפֿאָן, ווייס איך, אַז דו ביסט ער.‟
„נו‟, האָב איך געזאָגט. „ווער האָט אײַך געגעבן מײַן נומער?‟
„איך געדענק ניט‟, האָט זי געענפֿערט. „עמעצער האָט מיר אים געגעבן מיט 6 וואָכן צוריק; אָבער איך בין בלינד און איך האָב דאָס שטיקל פּאַפּיר פֿאַרלוירן ביז הײַנט.‟
„ווילט איר רעדן אַ ייִדיש וואָרט?‟ האָב איך געפֿרעגט.
„יאָ, ייִדיש האָב איך שוין ניט גערעדט דרײַ יאָר, זינט דער לעצטער לאַנדסמאַן מײַנע איז געשטאָרבן בײַ אונדז אין נאַרסינג־האָום (מושבֿ־זקנים). דעם אמת געזאָגט, האָב איך מיט קיינעם ניט גערעדט שוין חדשים לאַנג.‟
„וווּ וווינט איר?‟ האָב איך געפֿרעגט.
„אין קווינס‟, האָט זי געענפֿערט. „ווײַט פֿון אַלצדינג און אַלעמען. כאָטש הײַנט האָב איך קיינעם ניט אויף דער וועלט. אַפֿילו ווען איך וואָלט ניט געווען צו קראַנק אַרויסצוגיין, איז ניטאָ קיין סאָבוויי נעבן אונדז, איך קען סײַ ווי אין ערגעץ ניט פֿאָרן.‟
„וואָס וועגן אַ טעקסי?‟ האָב איך געפֿרעגט.
„מיט וואָס פֿאַר אַ געלט?‟ האָט זי געענפֿערט, ווי איך וואָלט געווען אַן אידיאָט. -„אַן אָרעמע פֿרוי בין איך, קיין געלט האָב איך ניט. איך ווייס אַפֿילו ניט, ווער באַצאָלט פֿאַר דעם וואָס איך בלײַב אין נאַרסינג־האָום‟.
„ווי הייסט די היים, וווּ איר וווינט?‟
„איך ווייס ניט‟, האָט זי געזאָגט. „איך ווייס ניט אַפֿילו ווי לאַנג איך בין שוין דאָ. עס מוז זײַן כאָטש פֿינף יאָר.‟
„פֿון וואַנען קומט איר?‟ האָב איך געהערט ווי מײַן צעווייטיקטע שטימע פֿרעגט.
„פֿון דער שארית־הפּליטה‟.
„יאָ, אַזוי האָב איך געמיינט, אָבער פֿון וואָס פֿאַר אַן אָרט קומט איר?‟
„פֿון וואַרשע.‟
„ווען זענט איר געבוירן געוואָרן?‟
„אַזאַ פֿראַגע טאָר מען ניט פֿרעגן בײַ אַ פֿרוי‟, האָט זי בייז געענפֿערט. רויִקער, מיט אַ טרויערקער זיפֿץ האָט זי צוגעגעבן „אַפֿילו אַן אַלטע ייִדענע אַזוי ווי איך‟.
„מיט וואָס האָט איר זיך באַשעפֿטיקט פֿאַר דער מלחמה?‟
„איך בין געווען אַ מאַמע. איך האָב געהאַט אַ מיידעלע. חנהלע האָט זי געהייסן. צען איז זי געווען, ווען זי איז געשטאָרבן אין געטאָ. נאָך דעם האָב איך ניט מער קיין באַשעפֿטיקונג שוין כּמעט 70 יאָר. איך עקזיסטיר פּשוט. אַ לעבן האָב איך ניט זינט יענעם פֿאַרשאָלטענעם טאָג.‟
אַיך האָב זיך געוווּנדערט. אויב זי האָט געהאַט אַ קינד פֿון 10 יאָר אין די פֿריִע 1940ער, הייסט עס, אַז זי האָט געדאַרפֿט זײַן כאָטש 100 יאָר אַלט. אַפֿילו ווען זי וואָלט געהאַט דאָס קינד צו 16 יאָר, וואָלט זי בעת דעם שמועת אין 2011 געדאַרפֿט זײַן שוין 99. מײַנע רעכענונגען זענען איבערגעריסן געוואָרן, דורך מײַן פֿיבער און מײַן מידקייט. איך האָב געהערט, ווי איך פֿרעג אַ פֿראַגע, אַ פֿראַגע וואָס איך ווייס ניט אַפֿילו הײַנט פֿון וואַנען זי איז געקומען, און וואָס איך באַדויער ביז הײַנט. „צי האָט איר חרטה, וואָס איר האָט געהאַט אַ קינד, ווײַל מע האָט עס דערהרגעט?‟
אינעם טעלעפֿאָן ווערט פּלוצעם שטיל. איך הער ניט אַפֿילו, זי זאָל אָטעמען. עס דוכט זיך מיר, אַז זי האָט פֿאַרמאַכט דעם טעלעפֿאָן. דערנאָך הער איך איר ענטפֿער: „נײַן, איך וואָלט עס געטאָן אַ צווייט מאָל אַפֿילו ווען איך וואָלט פֿון אַלעס געוווּסט פֿון פֿריִער‟, האָט זי געזאָגט מיט אַ זיכערן קול. „זי האָט געהאַט אַ וווּנדערלעך לעבן כּמעט ביזן סוף, און איר סוף מעקט ניט אויס דאָס, וואָס זי האָט הנאה געהאַט פֿונעם לעבן און וואָס איך האָב הנאה געהאַט פֿון דעם, וואָס איך בין געווען איר מאַמע.‟
דערנאָך האָט זי געוואַרט אַ מאָמענט און צוגעגעבן „אַ גוטע נאַכט.‟
„וואַרט, וואַרט‟, האָב איך געזאָגט. „ווי הייסט איר? ווי אַזוי קען איך זיך פֿאַרבינדען מיט אייך? איך וויל אײַך באַזוכן.‟
„נו‟, האָט זי געזאָגט. איז, קלינגט מיר אָן מאָרגן, פֿאַר דעם וואָס עס הייבט זיך אָן דער שבת, און איך וועל דעם טעלעפֿאָן איבערגעבן עמעצער, וואָס אַרבעט דאָ; און יענער וועט דיר לאָזן וויסן, וווּ איך געפֿין זיך אויף דער וועלט.‟
דעם קומענדיקן טאָג בין איך אויפֿגעשטאַנען 5 אַ זייגער פֿאַרנאַכט. הייסט עס, אַז איך בין געשלאָפֿן בסך־הכּל 20 שעה. איך בין געווען גאַנץ קראַנק, כּמעט צו קראַנק צו רירן זיך פֿון אָרט. עס האָט זיך מיר געדוכט, אַז דער גאַנצער עפּיזאָד מיט דער וואַרשעווער מאַמע איז געווען פּשוט אַ קדחתדיקער חלום, אַן אויסטראַכטעניש. אָבער ווען איך האָב אַרײַנגעטאָן אין דעם זכּרון פֿון מײַן מאָבילקע, האָב איך געזען, אַז עמעצער האָט מיר טאַקע געקלונגען, און אַז איך האָב טאַקע גערעדט אַ האַלבע שעה. ווען איך האָב צוריקגעקלונגען אויף דעם נומער, האָט קיינער ניט געענפֿערט. קיין ענטפֿערקע אָדער אינסטרוקציעס איבערצולאָזן אַ מעלדונג זענען ניט געווען. עס האָבן זיך פּשוט געהערט לאַנגע סיגנאַלן אין עפּעס אַ שטילער פֿינצטערניש.
אַ חודש לאַנג האָב איך געקלונגען אויף דעם נומער יעדן פֿאַרנאַכט, אַרום 7 אַזייגער. קיינער האָט קיינמאָל ניט געענפֿערט, און ביזן הײַנטיקן טאָג עקבערט מיר די שטילקייט מײַן זכּרון.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.