אין אַן אינטערוויו מיט דער ישׂראל־צײַטונג „ידיעות אַחרונות‟ האָט די שוועסטער פֿון דער באַרימטער ייִדישער קאָמעדיאַנטקע שׂרה סילווערמאַן זי גערופֿן אַ „נבֿיאהטע‟. די שוועסטער, סוזען סילווערמאַן, איז אַליין אַ באַקאַנטע רעפֿאָרם־ראַבינערין, וואָס וווינט אין ירושלים און באַטייליקט זיך אין דער פֿעמיניסטישער גרופּע „פֿרויען פֿונעם מויער‟, וואָס פֿירט דורך לאַנגע יאָרן דעמאָנסטראַציעס בײַם כּותל־מערבֿי, כּדי צו דערמעגלעכן, אַז פֿרויען זאָלן דאָרט האָבן גלײַכע רעכט.
„איך האָב ניט געזאָגט, אַז זי איז אַ נבֿיאהטע פֿון תּנ”ך, אָבער זי גייט אויפֿן זעלביקן וועג‟, זאָגט די ראַבינערין סילווערמאַן. שׂרהס אײַנזען אין דער געזעלשאַפֿט און אירע פֿײַנע אָבסערוואַציעס מאַכן זי, אויף אַ געוויסן אופֿן, נבֿיאיש.
ביז אַהער האָט די ישׂראל־מעדיאַ ניט געלייגט צו פֿיל אַכט אויף סוזען סילווערמאַן, אַחוץ דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿעברואַר, ווען די פּאָליציי האָט זי אויף אַ געוויסער צײַט פֿאַרהאַלטן נאָך אַ דעמאָנסטראַציע פֿון די „פֿרויען פֿונעם מויער‟. איצט איז זי אַרויס פֿאַרן ברייטן עולם אונטערן קעפּל „שוועסטער פֿון דער נבֿיאהטע‟.
דער זשורנאַליסט פֿון „ידיעות אַחרונות‟, עקיבֿא נאָוויק (נוביק), האָט געפֿרעגט, פֿאַר וואָס, שׂרה איז קיין מאָל ניט געקומען דאַווענען מיט די „פֿרויען בײַם מויער‟? „ווען זי וועט דאָ זײַן נאָך ראָש־חודש [ווען די פֿרויען מאַכן אַ מנין], וועט זי אַוודאי קומען דאַווענען‟.
נאָוויק האָט געוואָלט וויסן, צי ס’איז אַ פּראָבלעם, וואָס שׂרה האָט איצט אַ ראָמאַנטישע באַציִונג מיט אַ ניט־ייִד; געוויסע מענטשן האַלטן אַזעלכע געמישטע באַציִונגען פֿאַר אַ „שטילן חורבן‟. סוזען סילווערמאַן האָט גערעדט וועגן אַ געמישטער חתונה, וווּ זי איז געווען דער מסדר־קידושין מיט 8 יאָר צוריק. „הײַנט פֿירן זיי אַ ייִדישע היים, היטן אָפּ שבת און מער מיצוות ווי אַ סך ייִדן‟.
צי וואָלט זי געוואָלט, אַז איר שוועסטער (וואָס איז לעגענדאַריש פֿאַר איר מענה־לשון און ניבול־פּה) זאָל זיך אויסדריקן אַ ביסל איידעלער? „ניין. איך וויל, זי זאָל זײַן ווער זי איז‟. ס’איז ניט וויכטיק ווי מען רעדט, נאָר וואָס מען זאָגט. ס’איז בעסער צו הערן „גערעכטיקייט און גוט־האַרציקייט‟ אויסגעדריקט „אין ווערטער פֿון אַ האַרטן הומאָר‟, ווי ווייניקער ריינע טעמעס, פֿאַרשטעלט מיט „ווערטער פֿון תּורה‟.
נאָוויק איז אַריבער אויף אַן אַנדער טעמע און האָט געפֿרעגט, וואָס סוזען סילווערמאַן וואָלט געטאָן, ווען מען שטעלט זי אָן ווי אַ הויפּט־רבֿ פֿון ישׂראל (אַ טעאָרעטישע פֿראַגע, ווײַל דער ראַבינאַט איז אָרטאָדאָקסיש און די רבנים זײַנען אַלע מענער). „אַלצדינג‟, האָט זי געענטפֿערט.
זי האָט גערעדט וועגן אַ בילד, וואָס זי האָט אַ מאָל געזען פֿון אַ חסיד, וואָס האָט זיך אײַנגעוויקלט אין אַ פּלאַסטישן זאַק אויף אַן עראָפּלאַן, כּדי זיך צו שיצן פֿון דער טמה, אויב ער פֿליט איבער אַ בית־עולם (דער חסיד איז געווען אַ כּהן, און די כּהנים טאָרן ניט גיין אויף דער ערד, וווּ מענטשן ליגן באַגראָבן). זי מיינט, אַז דער דאָזיקער מינהג ווײַזט אַרויס, אַז ייִדישקייט איז הײַנט עפּעס ניט פֿאַרבונדן מיט די אמתע אינטערעסן פֿון מענטשן. צום סוף, האָט זי גענומען אַן אויסדרוק בײַ איר שוועסטער: „ס’איז f***ing משוגע‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.