דער פֿאַרקויף פֿון „מײַן קאַמף‟ ווי אַן עלעקטראָניש בוך (e-book) פֿאַרשפּרייט זיך אויף אַן אַסטראָנאָמישן אופֿן, און די נאַצי־יעגער זאָרגן זיך. אַדאָלף היטלערס טרויעריק באַרימטע זכרונות זײַנען געוואָרן אַ „בעסטסעלער‟ בײַ Amazon און iTunes, זאָגט דער באָסטאָנער זשורנאַליסט קריס פֿאַראָון (Faraone). „איבער אַ טוץ ענגלישע נוסחאָות האָט מען אַראָפּגעלאָדן, איבער 100,000 מאָל אַליין בײַם וועבזײַטל Internet Archive‟. אין דער זעלביקער צײַט פֿאַרקויפֿט זיך דאָס בוך שוואַך אין דער געדרוקטער פֿאָרעם, יעדעס יאָר נאָר אַ פּאָר טויזנט עקזעמפּלאַרן.
יש אומרים, אַז די הצלחה פֿונעם בוך קומט איצט, אַ דאַנק דער פּריוואַטקייט פֿונעם דיגיטאַלישן פֿאָרמאַט. אַ סך מענטשן וואָלטן זיך געשעמט צו לייענען דאָס בוך בפֿרהסיא. הרבֿ אַבֿרהם קופּער, דער אַסאָציִיִרטער דעקאַן פֿונעם שמעון וויזנטאַל־צענטער, זאָגט, אַז דער פֿאַרקויף שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ גרעסערע אַנטיסעמיטישע נטיה איבער דער וועלט.
„ס’איז אַ ביסל קאָמפּליצירט‟, זאָגט ער. „דער אַרגומענט איז שטענדיג, אַז ס’איז אַ טייל פֿון דער געשיכטע און מענטשן ווילן וויסן, וואָס היטלער האָט געזאָגט… אָבער עס קענען אויך זײַן מענטשן ניט בלויז מיט נײַגער, נאָר מיט אַן אידיעאָלאָגישן אינטערעס‟.
דער אינטעלעקטועלער נײַגער פֿון מענטשן, וואָס זײַנען פֿאַראינטערעסירט אין דער געשיכטע, איז ניט קיין סיבה זיך צו זאָרגן, אָבער קופּער זאָגט, אַז מיר ווייסן באמת ניט, וווּ די עלעקטראָנישע ביכער פֿאַרקויפֿן זיך. און צוליב די ביליקע פּרײַזן און דעם גרינגן צוטריט איז אַ סבֿרא, אַז דאָס בוך דערגייט אויך צו אמתע אַנטיסעמיטן. „מענטשן איבער דער גאַנצער וועלט לאָדן עס אַראָפּ‟, זאָגט ער.
אין אַזעלכע לענדער ווי דײַטשלאַנד, וווּ דאָס בוך איז שוין לאַנג פֿאַרווערט, האָט די אינטערנעץ עס געמאַכט סײַ צוטריטלעך, סײַ ביליק. בײַ Amazon קען מען קויפֿן דעם עלעקטראָנישן נוסח פֿאַר 99 סענט.
כאָטש אַ סך מענטשן לייענען עס צוליב אַ היסטאָרישן אינטערעס, זאָגט קופּער, אַז אין עטלעכע אייראָפּעיִשע לענדער און אין מיטעלן־מיזרח איז דער „פֿירער‟ געוואָרן אַ קוואַל פֿון אינספּיראַציע. „ס’איז אַ קאָמבינאַציע פֿון אַ סך פֿאַרשיידענע עלעמענטן, און פֿאַר מיר איז דאָס ניט קיין גרויסער שאָק‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.