עטלעכע רבנים אין האָלאַנד האָבן קריטיקירט דעם באַשלוס פֿון אַן אָרטיקן בית־דין, וואָס אָנערקענט פֿרומע נישט־ייִדן, וועלכע זענען מקיים די זיבן מיצוות־בני־נח. דער בית־דין האָט דורכגעפֿירט אַ צערעמאָניע, בעת וועלכער צענדליקער נישט־ייִדן האָבן געגעבן אַ שבֿועה, אַז זיי וועלן היטן די זיבן מיצוות, וואָס נח האָט באַקומען פֿונעם אייבערשטן נאָכן מבול, לויט דער ייִדישער מסורה, און וואָס זענען אַקטועל פֿאַר אַלע מענטשן.
די חז״ל דערקלערן אין גמרא, אַז אַ נישט־ייִד, וואָס לערנט די תּורה, כּדי אָפּצוהיטן בעסער די דאָזיקע אַלמענטשלעכע זיבן קאַטעגאָריעס פֿון הלכות, געפֿינט זיך אויף דער זעלבער מדרגה, ווי אַ כּהן־גדול. אַזעלכע מענטשן ווערן אָנגערופֿן חסידי־אומות־העולם. אינעם מאָדערנעם העברעיִש ווערן אַזוי אָנגערופֿן די, וואָס האָבן געראַטעוועט די ייִדן בעתן חורבן. אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט איז דער דאָזיקער באַגריף, אָבער, פֿאַרבונדן דווקא מיטן אָפּהיטן די מיצוות־בני־נח, לאַוו־דווקא אין וואָס־ניט־איז שײַכות צו ייִדן. על־פּי־הלכה, מוזן ייִדן זיך באַציִען מיט גרויס כּבֿוד צו אַזעלכע נישט־ייִדישע שומרי־מיצוות.
אין דעצעמבער, האָבן צוויי ישׂראלדיקע אָרטאָדאָקסישע רבנים, אורי שערקי און אפֿרים טשאָבאַן, צוזאַמען מיט מאיר ווילעגאַס הענריקעז, אַ האָלענדישער ישיבֿה־תּלמיד, דורכגעפֿירט די שבֿועה־צערעמאָניע בײַ דער קהילה „אוהל־אַבֿרהם‟ פֿאַר בני־נח אין ראָטערדאַם. צום ערשטן מאָל, האָבן די אָרטאָדאָקסישע רבנים אָפֿיציעל אָנערקענט די דאָזיקע קהילה, וואָס באַשטייט פֿון נישט־ייִדן, וואָס אינטערעסירן זיך מיט ייִדישקייט.
הרבֿ בנימין יאָקאָבס, דער הויפּט־רבֿ פֿון האָלאַנד, האָט געזאָגט דער ייִדישער צײַטונג „NIW‟, אַז ער איז נישט צופֿרידן מיט אַזאַ אַקציע. „ס׳איז נישט קלאָר — נישט אַהין און נישט אַהער — דערפֿאַר געפֿעלט עס מיר נישט‟, האָט דערקלערט דער רבֿ. עטלעכע אַנדערע רבנים האָבן אויך אויסגעדריקט זייער אומבאַקוועמקייט דערמיט.
די ישׂראלדיקע רבנים, וועלכער האָבן דורכגעפֿירט די אומגעוויינטלעכע צערעמאָניע, זענען מיטגלידער פֿונעם ירושלימער „וועלט־צענטער פֿאַר בני־נח‟ — אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס אָנערקענט די נישט־ייִדישע שומרי־מיצוות דורך אַ ספּעציעלער שבֿועה און פֿאַרשפּרייט אין דער וועלט די ידיעה וועגן די אוניווערסאַלע תּורה־מיצוות, האָפֿנדיק צו פֿאַרפֿעסטיקן די פֿאַרבינדונג צווישן ייִדן און נישט־ייִדן.
ווילעגאַס הענריקעז האָט דערקלערט דער ייִט״אַ, אַז אַ טייל פֿון די באַטייליקטע אין דער קהילה „אוהל־אַבֿרהם‟ ווילן זיך נישט מגייר זײַן; אַ טייל אַנדערע ווילן יאָ, אָבער קענען עס נישט טאָן, צוליב פֿאַרשיידענע סיבות. פֿונדעסטוועגן, ווילן זיי אָנערקענט ווערן ווי מענטשן, וואָס האָבן אַ שײַכות צו ייִדן און ייִדישקייט.
די צערעמאָניע איז פֿאָרגעקומען דעם 16טן דעצעמבער. אין זײַן אַרטיקל פֿאַר דער צײַטונג „NIW‟, האָט ווילעגאַס הענריקעז געענטפֿערט אויף די טענות פֿון זײַנע קריטיקער און באַטאָנט, אַז אין אַזאַ אונטערנעמונג איז נישטאָ קיין סתּירות מיט דער אָרטאָדאָקסישער ייִדישקייט. אין זײַן אינטערוויו דער ייִט״אַ, האָט ער געזאָגט, אַז ייִדן מוזן זײַן „אור־לגויים‟ און ממילא דאַרפֿן זיי אויך מקרבֿ זײַן נישט בלויז אַנדערע ייִדן.
ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז, היסטאָריש גערעדט, האָבן אַ סך רבנים אין דער ייִדישער געשיכטע געלויבט גוטע מוסולמענער, קריסטן און אַנדערע עטישע און גלייביקע מענטשן ווי נישט־ייִדישע חסידים אָדער „גרי־תּושבֿ‟ — אַ מין האַלבע גרים — אָן קיין פֿאָרמעלע אָנערקענונג־צערעמאָניעס. אין דער הײַנטיקער וועלט אָבער, דינען אָפֿט אַזעלכע קהילות, ווי דער האָלענדישער „אוהל־אַבֿרהם‟, ווי דער ערשטער טריט צום עכטן גיירות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.