אין אַריאל שרונס און מנחם בעגינס קאַריערעס זענען געווען אַ סך ענלעכקייטן. ביידע פֿירער האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז נישט אַלץ קאָן מען לייזן מיטן מיליטערישן כּוח. בעגין האָט באַשלאָסן אָפּצוגעבן דעם סיני־ראַיאָן — אַ ריזיקן שטח, דרײַ מאָל גרעסער, ווי מדינת־ישׂראל. שרון האָט באַשלאָסן זיך צוריקצוציִען פֿונעם עזה־פּאַס און פֿון פֿיר ייִשובֿים אויפֿן מערבֿ־ברעג.
ביידע פֿירער האָבן געוויזן, אַז צוליב די נאַציאָנאַלע אינטערעסן מוזן זיי צומאָל אָננעמען שווערע באַשלוסן, וואָס קומען אין סתּירה מיט אַלץ, וואָס זיי האָבן פֿריִער געגלייבט און געטאָן. אַ טייל זייערע געוועזענע אָנהענגער האָבן זיי צוליב דעם באַטראַכט ווי „פֿאַררעטער‟.
במשך פֿון אַ סך יאָר, האָט שרון — אַ מיליטערישער קאָמאַנדיר, וועלכער איז געוואָרן אַ פּאָליטיקער — געגלייבט, אַז די אַראַבער פֿאַרשטייען בלויז דעם מיליטערישן כּוח און אַז מע טאָר נישט שליסן מיט זיי קיין אָפּמאַכן און פּשרות. שרון איז געווען אַפֿילו רעכטער, ווי בעגין, יצחק שמיר און בנימין נתניהו. ער האָט נישט געוואָלט זיך צוהערן צו די וועלט־פֿירער, אַרײַנגערעכנט די אַמעריקאַנער פּרעזידענטן.
ווען שרון איז געוואָרן דער פּרעמיער־מיניסטער, האָט ער אָבער באַלד פֿאַרשטאַנען, אַז ישׂראל איז נישט אַזאַ איזאָלירט לאַנד, ווי צפֿון־קאָרעע. אַנשטאָט צו פֿאַרלאָזן זיך בלויז אויפֿן מיליטערישן כּוח, מוז מען זיך געפֿינען אין גוטע באַציִונגען מיט אַנדערע לענדער, ווי אויך צו נעמען אין אַכט די אינטערעסן פֿון די ייִדישע קהילות אַרום דער וועלט.
צוערשט, האָט שרון געחלומט, אַז אַ מיליאָן ייִדן וועלן קומען פֿון אַמעריקע קיין ישׂראל, כּדי אָנצוהאַלטן די ייִדישע מערהייט אינעם לאַנד. שפּעטער האָט ער אָבער פֿאַרשטאַנען, אַז ווייניק ייִדן קלײַבן זיך צו פֿאַרלאָזן אַמעריקע, און אָנגענומען דעם שווערן באַשלוס — זיך צוריקצוציִען פֿון אַלע ייִשובֿים אינעם עזה־פּאַס.
אין יענער צײַט, האָב איך אָנגעפֿירט מיט דער פּאַרטיי „מרץ‟, וועלכע האָט געהאָלפֿן שרונען צו באַקומען די מערהייט אין דער כּנסת. ביזן סאַמע לעצטן מאָמענט, האָב איך געפּרוּווט איבערצוצײַגן דעם פּרעמיער־מיניסטער דורכצופֿירן די צוריקצי־אָפּעראַציע בהסכּם מיטן פּאַלעסטינער פּרעזידענט, מאַכמוד אַבאַס. שרון האָט דעמאָלט געטענהט, אַז ער „גלייבט נישט די אַראַבער‟; אַנשטאָט דעם, האָט ער דורכגעפֿירט אַן איינזײַטיקע צוריקצי־אָפּעראַציע, הגם איך האָב אים געוואָרנט, אַז דאָס וועט ברענגען „כאַמאַס‟ צו דער מאַכט.
שרונס אומבאַוויליקייט צו פֿירן פֿאַרהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער איז געווען זײַן גרויסער און טראַגישער טעות. זײַן איינזײַטיקע צוריקצי־אָפּעראַציע האָט געשעדיקט דעם שלום־פּראָצעס פֿון ביידע צדדים. פֿונדעסטוועגן, איז ער געווען דער מענטש, וועלכער האָט אָנגענומען דעם ריכטיקן און גורלדיקן באַשלוס — זיך צוריקצוציִען פֿון עזה און צו עוואַקויִרן די טויזנטער תּושבֿים פֿון די דאָרטיקע געוועזענע ייִשובֿים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.