דער בריטישער חודשלעכער זשורנאַל „Uncut‟, געווידמעט דער פּאַפּולערער קולטור, האָט אין זײַן לעצטן נומער דערציילט וועגן דעם „פֿיניש־ייִדישן‟ בליוז־טריִאָ, וואָס הייסט „Talmud Beach‟ („די תּלמוד־פּלאַזשע‟). די מחברים האָבן זיך משער געווען, אַז אַ גרופּע מיט אַזאַ נאָמען מוז האָבן ייִדישע שרשים. להיפּוך צו דעם דאָזיקן אַרטיקל, אָבער זענען צווישן די מוזיקאַנטן נישט קיין ייִדן.
דער גיטאַריסט פֿונעם טריִאָ, אַלעקסי לוקאַנדער, וועלכער טראָגט אַ באָרד און אַ הוט, איז שיִער נישט געשלאָגן געוואָרן צוליב זײַן כּלומרשט „ייִדישן‟ אויסזען. צוליב דעם דאָזיקן עפּיזאָד, האָט ער באַשלאָסן צו געבן זײַן גרופּע אַ ייִדישן נאָמען. אַחוץ דעם, דערקלערט לוקאַנדער, אַז אויף די לידער פֿונעם „תּלמודישן‟ טריִאָ האָבן געווירקט אַזעלכע באַקאַנטע ייִדן, ווי לו ריד, באָב דילאַן, סאָל בעלאָו און וווּדי אַלען.
די גרופּע איז געגרינדעט געוואָרן אינעם יאָר 2006. צוערשט, האָט לוקאַנדער געשפּילט צוזאַמען מיטן פּויקער פּעטרי אַלאַנקאָ. שפּעטער, אינעם יאָר 2011, האָט זיך אויך באַטייליקט דער באַס־גיטאַריסט מילקאָ סילטאַנען. דער „Forward‟ האָט געפֿרעגט לוקאַנדער וועגן די אַנטיסעמיטישע אינצידענטן, וועלכע זענען פּערזענלעך געשען מיט אים.
דער מוזיקאַנט האָט דערקלערט, אַז אַלע אַמאָליקע בליוז־שפּילער האָבן געטראָגן שוואַרצע היט. דערצו, האָט ער געטראָגן אַ לאַנגע טונקעלע באָרד. ווען ער איז געפֿאָרן מיט זײַן פּויקער, פּעטרי, קיין ריגע און קאָוונע, האָבן די אָרטיקע שיכּורים געוואָלט אים שלאָגן, מיינענדיק, אַז ער איז אַ ייִד. זייער עסטאָנישע פֿרײַנד האָבן דעמאָלט טאַקע באַקומען עכטע קלעפּ — פֿון די רוסישע נאַציאָנאַליסטן. דעם נאָמען „תּלמיד־פּלאַזשע‟ האָט ער צוגעטראַכט, בשעתן פֿאַרברענגען אויפֿן ברעג פֿונעם באַלטישן ים.
שפּעטער, האָט לוקאַנדער אָפּגעשוירן זײַן באָרד דווקא צוליב ייִדן. ווען ער האָט באַזוכט מיט זײַן חבֿר דעם געוועזענעם טויט־לאַגער אין אויסשוויץ און בירקענאַו, האָט ער נישט געוואָלט שאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז מיט זײַן באָרד מאַכט ער חוזק פֿון ייִדישקייט. הגם די מוזיק פֿונעם טריִאָ האָט נישט קיין דירעקטן שײַכות צום תּלמוד, גלייבט דער גיטאַריסט, אַז זײַן גרופּע האָט אַ „געוויסע אונטערבאַוווּסטזיניקע‟ פֿאַרבינדונג צו ייִדישקייט.
אַן אַלטע ייִדישע פֿרוי איז צוגעקומען צו לוקאַנדער נאָך אַ קאָנצערט אין העלסינקי, טענהנדיק, אַז הגם די מוזיק איז איר געפֿעלן, קלינגט דער נאָמען פֿון דער גרופּע ווי אַ חוזק פֿון ייִדן. זי האָט דערציילט, אַז זי האָט פֿאַרלוירן ביידע עלטערן אינעם חורבן. נאָך אַ לאַנגן רירעוודיקן שמועס, האָט זי זיך באַרויִקט און פֿאַרשטאַנען, אַז די פֿינישע מוזיקאַנטן האָבן נישט געהאַט קיין שלעכטע כּוונות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.